די הײַנטיקע פּרשה טראָגט דעם נאָמען פֿון קורח, אַ שוועסטערקינד פֿון משה רבינו און אַהרן הכּהן, וועלכער איז אויפֿגעטראָטן מיט דער טענה, אַז משה האָט נישט קיין רעכט צו האַלטן זיך העכער פֿון אַנדערע ייִדן.
קורחס צד פֿונעם מחלוקת האָבן אונטערגעשטיצט דתן און אַבֿירם, צוויי מנהיגים פֿון שבֿט ראובֿן, ווי אויך 250 אַנדערע אָנגעזעענע מענטשן, נשׂיאי־עדה און אַנשי־שם — גרויסע תּלמידי־חכמים און דיינים, „ראָשי־סנהדראָות‟, ווי עס דערקלערט רש״י אויפֿן סמך פֿון דבֿרי־חז״ל אין מדרש־תּנחומא.
אַזאַ טיטל איז, אַוודאי, אַן אַנאַכראָניזם. דאָס וואָרט „סנהדרין‟ מיינט אויף גריכיש אַ ראַט אָדער אַן אַסאַמבלעע; אַזוי האָבן אינעם אוראַלטן גריכנלאַנד געהייסן שטאָטישע בתּי־מישפּט. אינעם תּלמוד איז פֿאַראַן אַ גרויסע מסכתּא מיט אַזאַ נאָמען, אָבער אין משה רבינוס תּקופֿה האָבן ייִדן זיכער גענוצט אַנדערע טערמינען. די חז״ל באַטאָנען, אַז די באַטייליקטע אינעם מחלוקת זענען געווען תּורה־געלערנטע ערנסטע פֿירער, וואָס האָבן געקאָנט, אין פּרינציפּ, אַפֿילו פֿאַרמישפּטן עמעצן מיט זייער פּסק־דין צום טויט.
למעשׂה האָט זיך באַקומען, אַז צוליב דעם אויפֿשטאַנד פֿון די בעלי־מחלוקת קעגן משה רבינו האָבן זיי אַליין אײַנגענומען אַ מיתה־משונה. משה רבינו האָט פֿאָרגעלייגט קורחן און זײַנע שטיצער צו ברענגען דעם אייבערשטן אַן אייגענעם קטורת. אויב דער רבונו־של־עולם וועט מקבל זײַן זייער ווײַרעך — מילא, זענען זיי גערעכט. די אויפֿשטענדלער האָבן אויפֿגערויכערט די געווירצן; די ערד האָט זיך פּלוצעם צעשפּאָלטן, געעפֿנט איר „מויל‟, און אײַנגעשלונגען קורח, דתן און אַבֿירם, צוזאַמען מיט זייערע משפּחות און פֿאַרמעגנס. די „ראָשי־סנהדראָות‟ זענען, נעבעך, פֿאַרברענט געוואָרן אין אַ הימליש פֿײַער.
די אויסטערלישע טראַגעדיע האָט אויפֿגערודערט דאָס פֿאָלק. צוליב די טענות און ספֿקות, האָט זיך צווישן ייִדן אָנגעהויבן אַ טייטלעכע מגפֿה, וועלכע האָט אַוועקגעטראָגן 15 טויזנט נפֿשות. ווען אַהרן האָט געבראַכט דעם ריכטיקן קטורת, האָט זיך די צרה אָפּגעשטעלט. על־פּי נס, כּדי צו ווײַזן, אַז אַהרן איז דער ריכטיקער כּהן־גדול און אַז מע דאַרף פֿאָלגן זײַן ברודער, משה רבינו, האָט זיך אַהרנס שטעקן צעבליט מיט מאַנדלען.
אַזוי ווי אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, וווּ עס גייט די רייד וועגן די מרגלים, פֿרעגט זיך אַ קשיא: ווי אַזוי האָבן הונדערטער גדולי־ישׂראל געמאַכט אַזאַ קאַטאַסטראָפֿישן טעות? די מרגלים האָבן אויסגעשפּירט אַ לאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט מעכטיקע פֿעלקער, וועלכע וואָלטן נישט אַרײַנגעלאָזט ייִדן אַהין בשלום און וואָלטן נישט מסכּים געווען זיך אָפּצוזאָגן פֿון זייער עבֿודה־זרה. די כּנענים פֿלעגן מקריבֿ זײַן די אייגענע קינדער, שוין אָפּגערעדט פֿון שקלאַפֿן און קריגס־געפֿאַנגענע, צו זייערע אָפּגעטער. די סיבה, פֿאַרוואָס דער באַשעפֿער האָט געהייסן פֿון זיי פּטור צו ווערן, אויב זיי ווילן נישט אויפֿהערן אַזעלכע עקלדיקע מעשׂים, איז פֿאַרשטענדלעך. ס׳איז אָבער אויך פֿאַרשטענדלעך, פֿאַרוואָס די מרגלים האָבן געטראַכט, אַז אין אַ לאַנד, וווּ עס הערשן אַזעלכע אַכזריותדיקע און פֿאַרדאָרבענע מינהגים, איז צו סכּנותדיק אַרײַנצוטרעטן.
דער פֿאַל אין דער הײַנטיקער פּרשה קלינגט נאָך מער אויסטערליש. די גאַנצע וועלט האָט געהערט דעם אייבערשטנס קול, ווען משה רבינו האָט באַקומען די תּורה־הקדושה אויפֿן באַרג סיני, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט 40 טעג נאָכאַנאַנד אויף אַן איבערנאַטירלעכן אופֿן, פֿאַסטנדיק בײַטאָג און בײַנאַכט. משהס גאַנצע „קאַריערע‟ איז געווען אַרומגערינגלט מיט די גרעסטע מופֿתים אין דער וועלט. ווי אַזוי האָט זיך קורחן, אַ זײַטיקן מענטש, אײַנגעגעבן צו אָרגאַניזירן אַ גאַנצע אויפֿשטענדלערישע באַוועגונג קעגן אַזאַ גרויסן נבֿיא?
אין די חסידישע קרײַזן, ווען מע שמועסט וועגן אונדזער סדרה, דערמאָנט מען אָפֿט, ווי אַ גרויסן חידוש, אַז אין משיחס צײַטן וועט קורח יאָ ווערן אַ כּהן־גדול. פֿון מתנגדישע רבנים, וואָס קענען נישט פֿאַרשלינגען אַזאַ געדאַנק, האָב איך נישט איין מאָל געהערט די שאלה: וווּ שטייט אַזאַ זאַך געשריבן אין דבֿרי־חז״ל? אויב מע מיינט בלויז די גמרא, באַקאַנטע מדרשים און תּרגומים שטייט עס, דאַכט זיך, טאַקע אין ערגעץ נישט. די טראַדיציע שטאַמט פֿונעם אַריז״ל, רבי יצחק לוריא. ווי באַלד דער דאָזיקער גרויסער מקובל איז געווען אַ בעל־רוח־הקודש, שטייען זײַנע ווערטער בײַ די מיסטיש־געשטימטע ייִדן, בפֿרט בײַ די חסידים, אויף דער זעלבער מדרגה, אויב נישט העכער, ווי די קלאַסישע מדרשים. אינעם קאַפּיטל צ״ב פֿון תּהילים שטייט: „צדיק כּתּמר יפֿרח‟ – דער צדיק וועט זיך ווי אַ טייטלבוים צעבליִען. על־פּי אַריז״ל, שטעקט אין די סופֿי־תּיבֿות די לעצטע אותיות פֿון אָט־די דרײַ ווערטער — „קרח‟ — דער רמז, אַז נאָך תּחית־המתים וועט דער אַנטי־העלד פֿון דער הײַנטיקער תּורה־סעקציע באַקומען זײַן תּיקון און פֿאַרנעמען אַהרנס בכּבֿודיקן אָרט.
אַז מע רעדט שוין פֿון טייטלביימער, לאָמיר זיך דערמאָנען אינעם שאַרפֿן מחלוקת צווישן די צוויי זין פֿון רבי משה טייטלבוים, דעם סאַטמאַרער, נאָך זײַן פּטירה מיט 12 יאָר צוריק. די קריגערײַ האָט זיך שוין אָנגעהויבן, ווען דער טאַטע האָט געלעבט. במשך פֿון אַ סך יאָר האָב איך געהערט פֿאַרשיידענע סיכסוכים וועגן די „זלונים‟ און „אַהרנים‟, די חסידים פֿון זלמן־לייב און אַהרן טייטלבוים, אָבער קיינמאָל נישט זוכה געווען צו פֿאַרשטיין, צוליב וואָס מע קריגט זיך.
אַ סך ייִדן מאַכן חוזק פֿון די סאַטמאַרער קריגערײַען. אין דער זעלבער צײַט, גיבן זיי אַ געוויסן אוניקאַלן עלעמענט פֿון לעבעדיקער דעצענטראַליזאַציע אין דער קהילה. ס׳רובֿ אַנדערע חסידישע חבֿרות ווערן אָנגעפֿירט דורך אַ לעבעדיקן רבין — לאַוו־דווקא אַ גרויסער צדיק, אָפֿט מאָל אַן אייניקל פֿון אַמאָליקע צדיקים, וואָס האָט באַקומען די פֿירנדיקע פּאָזיציע בלויז צוליב זײַן ייִחוס. להיפּוך, באַטראַכטן ביידע סאַטמאַרער פֿראַקציעס זייערע מנהיגים גיכער ווי פֿאָרמעלע פֿירער; אויף יעדן שריט און טריט מוז מען זיי נישט פֿאָלגן. אַזוי אַרום, פֿירן זיך אַ סך סאַטמאַרער משפּחות מער אָדער ווייניקער אומאָפּהענגיק.
„כּל העדה — כּולם קדושים‟ — יעדער ייִד איז הייליק; ווען נישט קורח, נאָר עפּעס אַ צדיק וואָלט עס געזאָגט, וואָלטן אַ סך הײַנטיקע חסידים זיכער מסכּים געווען מיט קורחס צוגאַנג. דער איזשביצער רבי זאָגט בפֿירוש, אַז קורח האָט געזאָגט „טײַערע ווערטער‟, הגם זײַן שיטה איז געווען צו אידעאַליסטיש, צו משיחיש פֿאַר זײַן צײַט. פֿאָרט, שטעקט אינעם דעצענטראַליזירטן קהילה־לעבן אַ קלאָרע מעלה.
די פּראָבלעם פֿונעם מחלוקת בכלל באַשטייט אין דעם, וואָס דאָס גאַנצע מענטשלעכע לעבן קאָן זיך נישט באַגיין אָן וויכּוחים און, מילא, אָן סיכסוכים. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, אַנטוויקלט זיך די גאַנצע וועלט, אַפֿילו די אומבאַלעבטע נאַטור, צוליב דעם שטענדיקן קאַמף צווישן היפּוכדיקע כּוחות. ווי ס׳איז באַקאַנט, ווערן אין פּרקי־אָבֿות דערמאָנט צוויי היפּוכדיקע מינים מחלוקת: לשם־שמים, אַזוי ווי צווישן הלל און שמאי, און נישט לשם־שמים — אַזוי ווי קורחס קריג קעגן משה רבינו. פֿון דעסט וועגן, האָבן דער בית־הלל און בית־שמאי, גרויסע גרופּעס תּלמידי־חכמים, זיך צעקריגט, הגם מיינען האָבן זיי געמיינט לשם־שמים. דער אַריז״ל באַטאָנט, ענלעך צו זײַן דעה וועגן קורחס צוקונפֿטיקער פּאָזיציע, אַז אין משיחס צײַטן וועט מען פּסקענען כּבית־שמאי. באַקומט זיך, אַז צווישן ביידע מינים מחלוקת איז פֿאַראַן אַ געוויסע ענלעכקייט.
יעדער האָט געגלייבט, אַז משה רבינו איז אַ גרויסער נבֿיא. פֿאָרט, פֿאַרוואָס קאָן נישט יעדער פֿאָלגן אַן אייגענעם דרך? צוליב דעם גרויסן טעות מיטן גאָלדענעם קאַלב האָבן ייִדן פֿאַרלוירן די פֿעיִקייט זיך צו פֿירן אומאָפּהענגיק, אָבער קורח מיט זײַן חבֿרה האָט געהאָפֿט זיך אומצוקערן צו דער העכערער מדרגה גלײַך נאָך דער יציאת־מצרים, ווען דער רוח־הקודש האָט געפֿירט יעדן ייִד לויט זײַן אוניקאַלן שורש־נשמה.
הרבֿ איתמר שוואַרץ, אַ באַקאַנטער הײַנטצײַטיקער חסידישער דענקער און מקובל, באַטאָנט כּסדר אין זײַנע ספֿרים, אַז הײַנט ווערט שוין ביסלעכווײַז אַנטפּלעקט דאָס משיחישע ליכט פֿונעם „הייליקן פּלוראַליזם‟, אָבער אויסגעמישט מיטן חושך פֿונעם אָנגייענדיקן גלות. כאָטש דער גואל־צדק איז נאָך נישט געקומען און קורח בלײַבט דערווײַל אַ שלעכטער פּערסאָנאַזש, שטייט פֿאַר אונדז אַ שווערע אויסגאַבע: יעדער דאַרף שטרעבן צו געפֿינען אַן אייגענעם, אוניקאַלן, משיחישן דרך, אָבער נישט אַרײַנפֿאַלן, חלילה, אין גראָבע עבֿירות און פּוסטע מחלוקתן. אין דער זעלבער צײַט, דאַרפֿן מיר זוכן פּערזענלעכע וועגן צום רבונו־של־עולם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.