דעם 7טן יוני האָט מען אין JW3, אַ ייִדישן קולטור־צענטער אין לאָנדאָן, דורכגעפֿירט אַ ליטעראַרישן יום־טובֿ לכּבֿוד אַ נײַ בוך װעגן די ייִדן אין װײַטשאַפּעל, מזרח־לאָנדאָן און די ייִדישע לידער וואָס זיי האָבן געזונגען.
וויווי לאַקס, די מחברטע פֿון „אַ טומל אין ווײַטשאַפּעל: דאָס לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן דורך ייִדישן געזאַנג און פּאָעזיע‟, איז אַ פֿאָרשערין און זינגערין פֿון ייִדישער מוזיק, און האָט געשריבן דאָס בוך אויפֿן סמך פֿון איר דאָקטאָראַט־פֿאָרשונג. װען דער עולם איז אַרײַנגעקומען אין זאַל האָבן כּלי־זמרים שוין געשפּילט, האָט מען שוין דערפֿילט אַז דער אָוונט איז אַן אייגנאַרטיקער. במשך פֿון דער נאַכט האָט מען געהערט לאַקסעס דערקלערונגען און היסטאָרישע פּירושים צונויפֿגעוועבט מיט דער מוזיק פֿון דרײַ פֿאַרשידענע קאַפּעליעס.
די אונטערנעמונג האָט געגעבן דעם עולם אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט די טעמעס, קאָנפֿליקטן און װיצן פֿון יענער עפּאָכע און זיי בעסער פֿאַרשטײן. לױט לאַקס זײַנען די ייִדישע לידער און די פּאָפּקולטור די בעסטע מקורים צו פֿאָרשן טעמעס װאָס זײַנען אַ מאָל געװען זייער װיכטיק בײַם פֿאָלק און װאָס מע קען ניט געפֿינען אין די מלוכישע אַרכיוון.
דער קאָנצערט און בוך־פּרעזענטאַציע האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ דערקלערונג וועגן דער אַשכּנזישער אימיגראַציע קײן לאָנדאָן און די בײַטן װאָס די אימיגראַנטן האָבן איבערגעלעבט. נאָך דעם האָט מען געשפּילט דאָס ליד „לאָנדאָן האָט זיך איבערגעקערט‟.
לאַקס האָט געפֿאָרשט אין פֿאַרשידענע אַרכיװן אַרום דער װעלט (ענגלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל) כּדי צו געפֿינען די ייִדישע לידער פֿון די ייִדן אין ענגלאַנד. זי האָט געפֿונען אַן ערך 400 ביכער פֿון װעלכע זי האָט אַנאַליזירט 40.
לאַקס האָט דערקלערט אַז די לידער זײַנען אױך געװען אַ פּאָליטישער מכשיר. מאָריס װינטשעװסקי איז געװען אײנער פֿון די סאָציאַליסטישע מחברים װאָס האָבן געשריבן לידער כּדי צו פּאָליטיזירן די אַרבעטער. די מחברים זײַנען געװען ווי די װעקערס פֿון פֿאָלק. פּונקט דעמאָלט זענען צװײ קינדער, אַ פֿרױ און אַ מאַן אַרויף אויף דער בינע און געזונגען סאָציאַליסטישע לידער, װאָס מע האָט אַרױסגעגעבן אין דער צײַטונג, „דער אַרבעטער פֿרײַנד‟, לידער וואָס באַשרײַבן די שװעריקײטן פֿון דער אַרבעט און די װיכטיקייט זיך צו פֿאַראייניקן אין קאַמף קעגן עקספּלויטאַציע.
די כּלי־זמרים האָבן אױך געשפּילט אַ סאַטיריש ליד פֿון װינטשעװסקי, „אחדות‟. לױט לאַקס איז דאָס ליד אַ קריטיק פֿון די ייִדישע גרופּעס װאָס האָבן געזאָגט אַז עס איז דאָ אַחדות בײַ ייִדן װען עס זײַנען געװען קלאָרע שפּאַנונגען צווישן קלאַסן און צווישן די פֿרומע און פֿרײַע.
געוויסע לידער האָבן געהאַט עראָטישע עלעמענטן, ווי, למשל, איינס וועגן אַ חתן־כּלה װאָס פֿאַרברענגען צוזאַמען אין װיקטאָריאַ פּאַרק. אַנדערע האָבן באַטאָנט סעקסועלע עקספּלויטאַציע. מע האָט געשפּילט „דרײַ שװעסטער‟ — אַ ליד װאָס איז באַקאַנט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַפֿילו אַרגענטינע. אינעם ליד האָבן דרײַ אָרעמע שװעסטער פֿאַרקױפֿט סחורה אין לעסטער סקװער, לאָנדאָן אָבער די עלטסטע איז דערנאָך געװאָרן אַ פּראָסטיטוטקע, פּשוט צו קענען עסן. אינטערעסאַנט איז וואָס די ייִנגערע שװעסטער באַשולדיקן ניט די עלטסטע אין ווערן אַ זונה. זײ באַשולדיקן גיכער די עקאָנאָמישע און פּאָליטישע סיסטעם. לאַקס האָט אױך אַרומגערעדט דעם טראַנסנאַציאָנאַליסטישן אַספּעקט פֿון לידער װאָס האָבן געוואַנדערט פֿון אײן אָרט צום צווייטן.
במשך פֿונעם אָוונט האָט מען געהערט די קולות פֿון וויכטיקע מחברים פֿון סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט װאָס האָבן געשילדערט פּאָליטישע קאַמפֿן אין שײכות מיט סעקסואַליטעט, רעליגיעזע דיסקוסיעס און סאַטירע. די פֿאַרשידנקײט פֿון די לידער װאָס די ייִדן אין מזרח־לאָנדאָן האָבן געהערט און מסתּמא געזונגען, צוזאַמען מיט די היסטאָרישע דערקלערונגען, האָבן געמאָלט זײער אַ רײַך בילד פֿון די אַמאָליקע ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון לאָנדאָן.
לאַקס און איר גרופּע (Klezmer Klub) האָבן אויך אַרױסגעגעבן קאָמפּאַקטלעך מיט געשריבענע לידער װאָס זי האָט געפֿונען אין אַרכיװ און אויפֿגעלעבט מיט אירע אייגענע שײנע ניגונים: Katsha’nes Don’t Ask Silly Questions און Whitechapel Mayn Vaytshepl די אַמעריקאַנער לײענערס וועלן האָבן אַ געלעגנהייט צו הערן וויווי לאַקס רעדן װען זי װעט מאַכן אַן אַמעריקאַנער טור אין אָקטאָבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.