קאָנטראָווערסיעלער גלח העלפֿט אָרגאַניזירן מוזיי געווידמעט קריסטלעכע ראַטירער פֿון ייִדן

Controversial Priest Behind Polish Museum Highlighting Christian Rescuers of Jews

טאַדעוש רידזיק
Getty Images
טאַדעוש רידזיק

פֿון ייִט״אַ

Published June 26, 2018.

אַ נײַער מוזיי אין פּוילן וועט אויסשטעלן מער ווי 40,000 גבֿית־עדותן פֿון קריסטן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעתן חורבן.

דער „פּוילישער מיניסטעריום פֿאַר קולטור און נאַציאָנאַלער ירושה‟ וועט שענקען דעם „מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון יאַנוס פּאָל דעם צווייטן געווידמעט דעם נאַציאָנאַלן זכּרון און אידענטיטעט‟ 22$ מיליאָן דאָלאַר. דער ציל פֿונעם מוזיי איז פֿאָרצושטעלן די טויזנט־יאָריקע געשיכטע פֿון דעם קריסטלעכן גלויבן אין פּוילן. דער מוזיי וועט אונטערשרײַכן די לערע פֿונעם פּויפּסט יאַנוס פּאָל דעם צווייטן און זײַן ווירקונג אויפֿן גורל פֿון פּוילן, אייראָפּע און דער וועלט.

דער מוזיי, וואָס געפֿינט זיך אין טויערן (Torun), וועט אָנגעפֿירט ווערן דורך דער פֿונדאַציע Lux Veritatis, וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן קאָנטראָווערסיעלן קאַטוילישן גלח טאַדעוש רידזיק, וואָס האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַן אַנטיסעמיטישער ראַדיאָ־סטאַנציע.

אַ טייל פֿון דער אויסשטעלונג וועט באַשטיין פֿון גבֿית־עדותן פֿון פּאָליאַקן, וואָס האָבן געראַטעוועט ייִדן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. רידזיק און די פֿונדאַציע Lux Veritatis זאַמלען די דאָזיקע גבֿית־עדותן זינט 1995.

„דער מוזיי וועט אויספֿילן אַ וויכטיקן בלויז אין אונדזערע מוזייען, וואָס דעקן נאָך ניט ווי געהעריק סײַ די ווערטן פֿונעם פּויפּסט יאַנוס פּאָל דער צווייטער, סײַ דעם ענין פֿון די פּויליש־ייִדישע באַציִונגען במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה,‟ האָט געזאָגט דער פּוילישער קולטור־מיניסטער פּיאָטר גלינסקי אין אַ דערקלערונג פֿאַר דער פּרעסע.

מע האָט נאָך ניט באַשטימט קיין דירעקטאָר פֿאַרן מוזיי.

רידזיק, וואָס פֿירט אָן מיט דער קאַטוילישער ראַדיאָ־סטאַנציע „מאַריאַ,‟ ווערט שוין לאַנג באַשולדיקט אין פֿאַרשפּרייטן אַנטיסעמיטיזם. לויט אַ באַריכט פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטמענט, וואָס איז לכתּחילה דערשינען אין 2008, איז „ראַדיאָ־מאַריאַ איינע פֿון די סאַמע אָפֿנסטע אַנטיסעמיטישע מעדיאַ־אינסטאַנצן אין אייראָפּע.‟ נאָך אַ באַריכט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ראָט‟ גיט צו, אַז ראַדיאָ־מאַריאַ „פֿירט שוין עטלעכע יאָר אָן מיט עפֿנטלעער העצע קעגן די ייִדן.‟

אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט רידזיק פּרובירט צו פֿאַרבעסערן זײַן רעפּוטאַציע. אין 2016 האָט ער זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראלדיקן אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, אַנה אַזרי. ער האָט אויך מיטגעאַרבעט מיטן גרינדער פֿון אַ ייִדישער פֿונדאַציע געווידמעט דער פּויליש־ייִדישער קולטור־ירושה.