זינגער שלום לעמער שרײַבט אונטער קאָנטראַקט מיט ריזיקער מוזיק־פֿירמע

Hasidic Singer Shulem Lemmer Signs Contract with Major Record Label

Youtube

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 27, 2018.

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די פּראָפֿעסיאָנעלקייט פֿון דער הײַנטצײַטיקער חסידישער מוזיקוועלט, סײַ וואָס שייך דער קוואַליטעט פֿון דער פּראָדוציר־אַרבעט, מוזיק־ווידעאָס און קאָנצערטן, סײַ וואָס שײך די מוזיק גופֿא, שטײַגט וואָס העכער, בלײַבט די דאָזיקע וועלט אַן ענגע. ס׳איז, ווי מע זאָגט, אַ „נישע־מאַרק.‟ אַפֿילו בײַ די פּאָפּולערסטע לידער, וואָס מע הערט אויף שריט און טריט אין באָראָ־פּאַרק צי מאָנסי, ווערן פֿאַרקויפֿט נאָר צענדליקער טויזנטער קאָפּיעס. ס׳איז בלויז אַ שפּײַ אין ים אין פֿאַרגלײַך מיט די מיליאָנען עקזעמפּלאַרן, וואָס עס פֿאַרקויפֿן די גרויסע פּאָפּ־שטערנס.

מיט אַזוי פֿיל טאַלאַנטירטע זינגער אין דער חסידישער וועלט (ווי אויך אַ שלל מיט געניטע פּראָדוצענטן און מוזיקער) דערוואַרט מען שוין לאַנג, אַז איינער פֿון זיי וועט זיך אַרויסרײַסן פֿון דער חסידישער מוזיקוועלט און ווערן אַ שטערן בײַם ברייטן אַמעריקאַנער עולם.

ס׳איז אָבער ניט קיין גרינגער אויפֿטו. דער מוזיקאַלישער געשמאַק מחוץ דער חסידישער וועלט איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער אַנדערש. כאָטש די חסידים נעמען אַרײַן אַ סך עלעמענטן (און צומאָל גאַנצע מעלאָדיעס) פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּ־מוזיק, איז זייער מוזיק פֿאָרט זייער אַנדערש פֿונעם אַמעריקאַנער „הויפּטשטראָם.‟ קודם הערט מען אין דער חסידישער מוזיק, פּונקט ווי אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער מוזיק בכלל, אַ סך לידער אין אַ מינאָר־גאַמע, וואָס קלינגט בײַ ס׳רובֿ אַמעריקאַנער „טרויעריק.‟ און בײַ די חסידים האָט מען זייער ליב (ווײַט צו פֿיל ליב לויט מײַן באַשיידענער מיינונג) זיך צו באַנוצן מיט טרומפּייטן און אַנדערע בלאָז־אינסטרומענטן, עפּעס וואָס קלינגט ווי אַן איבערבלײַב פֿון די 1980ער יאָרן. דערצו איז דער גרעסטער שטער — כּמעט אַלע לידער זענען דאָך אויף לשון־קודש אָדער ייִדיש און עס געפֿעלט ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ניט זיך צוצוהערן צו לידער, אויף שפּראַכן אַחוץ ענגליש.

הייסט עס, אַז אויב אַ חסידישער זינגער וועט אַמאָל אויסנעמען אין אָהײַאָ צי אײַאָווע, דאַרף ער קענען זינגען אויף אַן אופֿן, וואָס אַפּעלירט צו אַ גרעסערן עולם. היסטאָריש גערעדט איז דער בעסטער קאַנדידאַט געווען דווקא אַ חזן, ווײַל חזנות פֿאַרמאָגט אַ סך ענלעכקייטן צו אָפּערע און די אָנהענגער פֿון לוטשיאַנאָ פּאַוואַראַטי קענען אויך געהעריק אָפּשאַצן דעם מוזיקאַלישן טאַלאַנט פֿון יאָסעלע ראָזענבלאַט צי גרשון סיראָטע. עס שטערט אויך ניט די אָנהענגער פֿון אָפּערע, וואָס זיי פֿאַרשטייען ניט געוויינטלעך די ווערטער וואָס מע הערט.

כאָטש סײַ ראָזענבלאַט, סײַ (און ובפֿרט) סיראָטע זענען געוואָרן גרויסע שטערנס בײַם ברייטן עולם, איז אַזאַ איבערוואַנדערונג (בלע׳׳ז: crossover) פֿון דער פֿרומער וועלט געווען אַן אויסנאַם. ס׳רובֿ פֿרומע זינגער זענען אָדער געוואָרן ווייניקער פֿרום, אָדער שטעקן־געבליבן אינעם „נישע־מאַרק.‟

לעצטנס איז געקומען די ידיעה, אַז דער יונגער חזן שלום לעמער האָט אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט מיט דער באַרימטער מוזיק־פֿירמע Universal. מיט זײַן אוניקאַלן קול און אויסערגעוויינטלעכן קאָנטראָל איבער זײַן פּרעכטיקער שטימע, וואָלט לעמער גרינג געקענט ווערן אַ שטערן אויף „בראָדוויי‟ צי אין אָפּערע־הײַזער — ווען ער וואָלט פֿאַרלאָזט די פֿרומע וועלט. לעמער וויל, אָבער, סײַ בלײַבן געטרײַ זײַנע רעליגיעזע פּרינציפּן, סײַ שאַפֿן מוזיק, וואָס אַפּעלירט צו אַ גרעסערן עולם.

מיטן הסכּם און צוזאַמענאַרבעט פֿון Universal און די עצות פֿון זײַן אַגענט יוחי בריסקמאַן און עטלעכע רבנים, זענען לעמער און די פֿירמע געקומען צו אַן אָפּמאַך, וואָס דערלאָזט, אַז לעמער זאָל אויסקלײַבן לידער, וואָס טרעפֿן ביידע צילן. (ס׳רובֿ לידער וועלן דערפֿאַר, אַוודאי, זײַן אויף ענגליש.)

די פֿירמע וועט אויך דערמעגלעכן, אַז לעמער זאָל בלויז אויפֿטרעטן אין קאָנצערטן, וואָס זענען פּאַסיק פֿאַר אים.

ווי קומט עס, אַז Universal זאָל בכלל וויסן פֿון שלום לעמער? לויט אַ באַריכט אין The Yeshiva World האָט מען אים אַנטדעקט פּונקט אַזוי ווי, להבֿדיל, דזשאָסטין ביבער — דורך אַ „יוטוב‟־ווידעאָ. ווען גראַם פּאַרקער, דער פּרעזידענט פֿון „דעקאַ־גאָלד,‟ אַן אָפּטייל פֿון „אוניווערסאַל,‟ האָט לכתּחילה אָנגעשריבן לעמערן, האָט דער זינגער געמיינט אַז עמעצער טוט אים אָפּ אַ שפּיצל. ער האָט אָבער סײַ ווי געענטפֿערט אויפֿן בריוו און די צוויי זענען אין גיכן געגאַנגען טרינקען אַ קאַווע אין ברוקלין.

„אוניווערסאַל‟ זשאַלעוועט ניט קיין הוצאות בײַם פּראָדוצירן לעמערס אַלבאָם. די פֿירמע האָט געלאָזט וויסן, אַז לעמער וועט רעקאָרדירן אַ ליד מיטן „לאָנדאָנדער פֿילהאַרמאָנישן אָרקעסטער‟ און אַרבעטן מיט עטלעכע באַרימטע פּראָדוצענטן.

אין צוזאַמענהאַנג מיט דער ידיעה האָט Universal אַרויסגעלאָזט צוויי לידער פֿון לעמערס קומענדיקן אַלבאָם. דאָס ערשטע, Bring Him Home פֿונעם מיוזיקל „לע מיזעראַבל,‟ נעמט אַרײַן אַ חנעווידקן ייִדישן קנייטש. אַנשטאָט די ווערטער God on high הייבט זיך אָן לעמערס נוסח פֿונעם ליד מיט „אדני.‟ דאָס צווייטע, אַן אומפֿאַרגעסלעכער נוסח פֿון נעמי שמרס „ירושלים של זהבֿ‟, וועט באַלד ווערן איינער פֿון די קלאַסישע נוסחאָות פֿונעם ליד.

איך האָב ניט קיין ספֿק אַז לעמער וועט מצליח זײַן אין דעם נײַעם שטאַפּל פֿון זײַן קאַריערע. לאָמיר האָפֿן, אַז ער וועט דערבײַ ניט פֿאַרגעסן אָן זײַן מאַמע־לשון און אויך רעקאָרדירן פֿאַר Universal אַ ליד אויף ייִדיש.