משה נאַדירס װערק אין דער ענגלישער איבערזעצונג װערן אַלץ מער פּאָפּולער. דער נײַסטער בײַטראָג צו דער דער דאָזיקער װאַקסנדער ביבליאָטעק איז די גראָטעסקע קאָמעדיע „משיח אין אַמעריקע‟, װאָס איז אַרױס אין מײַקל שאַפּיראָס איבערזעצונג אין אַ קלײנעם פֿאַרלאַג װאָס הײסט טאַקע Farlag.
סײַ דער אױסקלײַב פֿונעם טעקסט סײַ דער נאָמען פֿונעם פֿאַרלאַג װײַזן, אַז די דאָזיקע פּובליקאַציע געהערט צו דער „אַלטערנאַטיװער‟ קולטור, װאָס באַציט זיך קריטיש צו דעם קאָמערציעלן הױפּטשטראָם פֿון ביכער־פּראָדוקציע. אין דער הײַנטיקער געשפּאַנטער פּאָליטישער אַטמאָספֿער איז נאַדיר װידער געװאָרן אַקטועל. זײַן סאַטירע קלינגט שאַרף, פֿריש און טרעפֿלעך. אין דער הקדמה פֿון בוך באַמערקט פּראָפֿעסאָר יואל שעכטער: „צום באַדױערן, בלײַבן נאַדירס װערק ווײַטער צײַטיק צענדליקער יאָרן נאָך דעם װי ער האָט זײ געשריבן. די אַמעריקאַנער צרות מיט אימיגראַציע, ריזיקע אונטערשיידן אין הכנסה, ראַסיסטישע און רעליגיעזע דיסקרימינאַציע, פֿאַרבלײַבן אין די אַלטע און נײַע פֿאָרמעס, צומאָל ביז גאָר געװאַלטיקע.‟
„משיח אין אַמעריקע‟ איז אַ סאַטירע אױף דעם אַמעריקאַנער „שאָו־ביזנעס‟, װאָס האָט נישט קײן שום מאָראַלישע פּרינציפּן װען עס גײט אין געלט. פּראָדוסערס זײַנען גרײט צו באַדינען די מיאוסטסטע אינסטינקטן און באַפֿרידיקן דעם װוּלגאַרסטן געשמאַק פֿונעם עולם, אַבי מען צאָלט. אפֿשר איז די סאַמע שאַרפֿסטע סצענע אין דער פּיעסע דער ראַסיסטישער שפּיל, װאָס הײסט „שלאָגט דעם ניגער”‟: „אונדזער צירק איז געװען דער ערשטער, װאָס האָט אײַנגעפֿירט דעם נײַעם ספּאָרט פֿון װאַרפֿן באַלן אױף אַ ניגער. דערפֿאַר װײַל אונדזער צירק איז אַ פֿאָרגעשריטענער צירק, פֿאַרלױפֿט פֿאָרױס דעם געשמאַק פֿון דעם פֿאָלק.‟ אין זײַן סאַטירישער היציקײט שאַנעװעט נאַדיר קײנעם ניט, ניט די פֿרומע ייִדן, ניט די ציוניסטן, און ניט די סאָציאַליסטן, אָבער דער הױפּטציל פֿון זײַן קריטיק איז דער גיריקער אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם.
נאַטירלעך, מאַכט ער אַן אױסנאַם פֿאַר קאָמוניסטן. אין 1932, װען „משיח אין אַמעריקע‟ איז אַרױס, האָט נאַדיר נאָך אַלץ מיטגעאַרבעט אין דער קאָמוניסטישער „מאָרגן פֿרײַהײט‟, װאָס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע „נײַסטע װערק‟ אין זיבן בענד. זײַן אַנטױשונג אינעם סאָװעטישן קאָמוניזם איז געקומען ערשט שפּעטער, װען סטאַלין האָט געמאַכט אַ יד־אחת מיט היטלערן אין אױגוסט 1939.
שאַפּיראָ האָט באַװיזן איבערצוגעבן אין זײַן איבערזעצונג די שפּילעװדיקע שאַרפֿקײט פֿון נאַדירס אײגנאַרטיקן סטיל. דאָס איז אַ היפּשער אױפֿטו, װײַל דער אָריגינאַל איז באַזאַלצן מיט ענגלישע װערטלעך און באַפֿעפֿערט מיט אַ הײמישן ייִדיש. נאַדירס הומאָר האָט טיפֿע ייִדישע װאָרצלען, ער שפּילט זיך מיט סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון ליטװאַקעס און גאַליציאַנער, מאַכט חוזק פֿונעם גלױבן אין משיחן און לאַכט פֿון די ייִדישע צײַטונגען, װאָס האָבן קאָנקורירט מיט דער „מאָרגן־פֿרײַהײט‟. היות װי ניט אַלע רמזים זײַנען פֿאַרשטענדלעך דעם הײַנצײַטיקן לײענער, האָט מען צום סוף צוגעגעבן פּרטימדיקע הערות און ביאורים.
„משיח אין אַמעריקע‟ איז אַ געראָטענער בײַשפּיל פֿון דער נײַער כװאַליע איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. די ייִדישע ליטעראַרישע ירושה איז זײער רײַך און ברײט װאָס שײך אירע טעמעס, סטילן, אידעען און זשאַנערס. די אַקאַדעמישע פֿאָרשער האָבן ספּעציעלע אינטערעסן, װאָס באַטרעפֿן קודם־כּל פֿאַרשידענע פֿאָרמען פֿון דער מאָדערניסטישער שעפֿערישקײט. אָבער מאָדערניסטישע פּאָעזיע און פּראָזע איז געװען בלױז אַ קלײנער טײל פֿון דער רײַכער קולטורעלער פּראָדוקציע אױף ייִדיש, װאָס האָט באַדינט ביז גאָר פֿאַרשידענע קבֿוצות פֿון לײענער און צוקוקער, פֿון פֿרומע חסידים ביז אַפּיקורסישע קאָמוניסטן. ניט געקוקט אױף די גאָר טיפֿע אידעיִשע חילוקי־דעות, האָבן זײ אַלע גענוצט די אײגענע שפּראַך און געשאַפֿן אײן קולטור.
מען האָט שױן ניט אײן מאָל באַטאָנט, אַז די קומעדיקע דודות װעלן זיך באַקענען מיט דער ייִדישער קולטור ערשט דורך איבערזעצונגען. מען האָט פֿאַרשידענע אינטערעסן אין ייִדיש, און עס איז דערפֿאַר זײער װיכטיק צו האָבן אַ ברײטן אױסקלײַב פֿון פֿאַרשידענע מאַטעריאַלן אין איבערזעצונג. עד־היום געפֿינען מיר אויף ייִדיש דרײַ מינים ליטעראַטור, װאָס זײַנען געװען גוט פֿאָרגעשטעלט אין דער איבערזעצונגען: די מאָדערניסטישע דיכטונג, בפרט די אַמעריקאַנער; די פֿרױען־ליטעראַטור, און די חורבן־ליטעראַטור. אין די לעצטע יאָרן האָט גענומען װאַקסן אַן אינטערעס אױך צו דער ראַדיקאַל־לינקער ירושה.
אין די 1920ער־1930ער יאָרן זײַנען די קאָמוניסטישע, סאָציאַליסטישע און אַנאַרכיסטישע צײַטונגען און אָרגאַניזאַציעס געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין פֿאַרשפּרײטן זײער ליטעראַטור אױף ענגליש. שפּעטער, און ספּעציעל אין די יאָרן פֿון מאַק׳קאַרטיס רדיפֿות קעגן קאָמוניסטן, האָבן זיך די לינקע ייִדישע אַקטיװיסטן געהאַלטן שטיל. אין די 1950ער יאָרן האָט ייִדיש באַקומען אַ נײַעם טעם פֿון אַלט־הײמישקײט, װאָס האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו דעם קאָנסערװאַטיװן צײַטגײַסט פֿון יענער תּקופֿה; ווי, למשל, די נאָסטאַלגישע װערק פֿון יצחק באַשעװיס און חיים גראַדע, װאָס זײַנען געװען װײַט פֿון די אַקטועלע אַמעריקאַנער פּאָליטישע דאגות. בײַ די ייִדישע נעאָ־קאָנסערװאַטיוון, װאָס האָבן זיך צוגעכאַפּט צו ייִדיש, איז משה נאַדיר געװען טריף־פּסול צוליב זײַנע אַמאָליקע קאָמוניסטישע סימפּאַטיעס. האָט נאַדירס רײַכע ליטעראַרישע ירושה געמוזט, נעבעך, װאַרטן ביזן אײן־און־צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען מען האָט אים װידער אַנטדעקט װי אײנעם פֿון די שאַרפֿסטע און לעבעדיקסטע ייִדישע שרײַבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.