אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער האָט צומאָל אַ חשק צו פּרוּװן אָנשרײַבן אַן אײגענעם ראָמאַן. אַזױ קאָן מען דערװײַזן זיך אַלײן און דער גאַנצער װעלט, אַז די ליטעראַטור־טעאָרעטישע חקירות האָבן אױך אַ פּראַקטישן תּכלית. ניט אַלעמען גיט זיך אײַן אַזאַ שטיק, און צומאָל קומט אַזאַ מין „פּראָפֿעסאָרישע‟ ליטעראַטור אַרױס נודנע און סכעמאַטיש. אָבער עס זײַנען דאָ אױך גוטע אױסנאַמען, און אײנער פֿון זײ איז די סעריע קרימינעלע ראָמאַנען פֿונעם שװײצער פּראָפֿעסאָר אַלפֿרעד באָדענהײַמער. אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה איז באָדענהײַמער באַקאַנט צוליב זײַנע פֿאָרשונגען פֿון דער דײַטשישער און העברעיִשער ליטעראַטור, און לעצטנס האָט ער זיך קונה־שם געװען אין דער ברײטער װעלט מיט די אָ ראָמאַנען.
דער הױפּטהעלד פֿון די פֿיר ראָמאַנען, װאָס זײַנען עד־היום דערשינען בלויז אױף דײַטשיש, איז אַ ציריכער רבֿ מיטן נאָמען גבֿריאל קלײַן. ער איז אַ סימפּאַטישער בשׂר־ודם, װאָס איז כּסדר פֿאַרטאָן אין כּלערלײ דאגות־היום: בפֿרט װעגן עסקים פֿון דער קהילה און וועגן זײַנע צװײ טעכטער. אָבער אין דער פֿרײַער צײַט גיט ער זיך אָפּ מיט היסטאָרישע פֿאָרשונגען. ער האָט טאַקע באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין געשיכטע, אָבער קײן אַקאַדעמישע קאַריערע האָט ער ניט געמאַכט און אַזױ אַרום איז ער געװאָרן אַ רבֿ כּמעט װי בעל־כּרחו. אַ סבֿרה, אַז אַזאַ פּערסאָנאַזש קען דינען װי אַ מין „אַלטער עגאָ‟ פֿונעם מחבר גופֿא, װען פּראָפֿעסאָר באָדענהײַמער װאָלט אױסגעקליבן רבנות אַנשטאָט פּראָפֿעסור.
אין אַ קרימינעלן ראָמאַן איז אָבער דער עיקר אַװדאי צו געפֿינען דעם פֿאַרברעכער. אין באָדענהײַמערס ראָמאַנען װערן אינעם פֿאַרברעכן כּסדר פֿאַרטאָן מיטגלידער פֿון דער ציריכער ייִדישער קהילה. צו הרבֿ קלײַנס שלימזל געפֿינט ער זיך תּמיד פֿאַרפּלאָנטערט אין דער אינטריגע, װאָס ער מוז זיך אומבאַדינגט דערפֿון אַרױספּלאָנטערן. לױט די כּללים פֿונעם דעטעקטיװ־זשאַנער, װערט דער סוד פֿונעם מאָרד געלײזט ערשט אױף די סאַמע לעצטע זײַטן פֿונעם ראָמאַן. אָבער ניט דער סיפּור־המעשׂה גופֿא איז דאָ דער עיקר. ערשטנס איז באָדענהײַמער אַ שאַרפֿזיניקער אָבסערװאַטאָר פֿון די מידות און מנהגים פֿון די שװײצער ייִדן. לרובֿ זײַנען זײ פֿרום, קאָנסערװאַטיװ, פֿאַרמעגלעך און אַ ביסל אָפּגעטײלט פֿון דער אַרומיקער װעלט. אָבער אונטער אָט דער װױלער בירגערלעכער אײבערפֿלאַך פֿאַרבאַהאַלטן זיך היציקע לײַדנשאַפֿטן, װאָס װערן אױסגעלאָזט אין בלוטיקע פֿאַרברעכנס.
הרבֿ קלײַן פֿאַרמאָגט אַ שאַרפֿע אינטויִציע און קען זײַנע ייִדן גאַנץ גוט. ער איז ניט קײן גרױסער תּלמיד־חכם אָבער זײַן װעלטבאַנעם איז אײַנגעװאָרצלט אין ייִדישקײט. װי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער, באַרײַכערט באָדענהײַמער זײַנע ראָמאַנען מיט געװיסע עלעמענטן פֿון מדרש. דער צװײטער ראָמאַן פֿון דער סעריע הײסט „דער סוף פֿונעם ליד‟, און מען דערקענט דערין איבערקלאַנגען פֿון שיר־השירים. אַ װיכטיקער רעליגיעזער פּרינציפּ, װאָס דינט װי אַן עטישער װעגװײַזער פֿאַר הרבֿ קלײַן אין זײַנע זוכענישן פֿונעם פֿאַרברעכער, איז דער פּרק פֿון פּרקי־אָבֿות: „מצװה גוררת מצװה, ועבֿרה גוררת עבֿרה‟. װי אַ פֿרומער ייִד גלױבט קלײַן אַז די װעלט שטײט אױף די מצװת, און ייִדן האָבן אַ ספּעציעל אַחריות פֿאַרן האַלטן זײ. װען זײ גײען אַװעק פֿונעם דרך־הישר, קאָנען זײ אַװעק אױף אַ גליטשיקן װעג װאָס פֿירט צו אַ פֿאַרברעכן. דער מאָרד, אַזױ דערקלערט באָדענהײַמער אין אַן אינטערװיו, „קומט פֿאָר װען מען איז ניט פֿעיִק אַרומצורעדן די אײגענע פּראָבלעמען.‟ מען דאַרף קודם־כּל פּרוּװן אױסטײַטשן און אױסקלאָרן אַ קאָמפּליצירטע פּראַקטישע סיטואַציע, און אפֿשר אױך געפֿינען פּאַסיקע פּאַראַלעלן אין דער תּורה, װאָס קענען העלפֿן צו געפֿינען אַ לײזונג.
די קהילות אין ציריך און באַזעל זײַנען די אײנציקע דײַטשיש־רעדנדיקע ייִדישע ייִשובֿים, װאָס האָבן איבערגעלעבט די צװײטע װעלט־מלחמה. פֿון דעסט װעגן האָט דער חורבן שטאַרק באַווירקט די שװײצער ייִדן, און פֿאַרבלײַבט דאָ װי אַ טראַגישער הינטערגרונט. „דער סוף פֿונעם ליד‟ איז ניט קײן אױסנאַם. שפּורן פֿונעם חורבן באַווײַזן זיך אין די בריװ פֿון אַ װינער דאָקטער, װאָס האָט זיך געראַטעװעט אין דער שװײץ. דאָ האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ ניט־ייִדישער פֿרױ און אָנגעהױבן אַ נײַ לעבן, אָבער ער האָט אױסגעגאָסן זײַן נשמה אין די בריװ צו זײַן ערשטער, געשטאָרבענער ייִדישער פֿרױ. און דװקא אין זײַנע בריװ װערט בולט דער שיר–השירים מאָטיװ. די דאָזיקע בריװ װערן אױף אַן אײגנאַרטיקן אופֿן איבערגעפֿלאָכטן מיט דער אױספֿאָרשונג פֿון אַ מאָרד, װאָס קומט פֿאָר אין אַ קאַלטן נאָכמיטאָג אױף דער באַנסטאַנציע „ענגע‟ אין דער סאַמע מיט פֿון דער צירכער ייִדישער געגנט. און בײַ הרבֿ קלײן װערן בײדע געשיכטעס װיכטיק. ער מוז געפֿינען דעם מערדער, און אײנצײַטיק װערט ער טיף פֿאַרטאָן אין דער משפּחה–געשיכטע פֿון אָט דעם אַלטן װינער דאָקטער.
באָדענהײַמערס קרימינעלע ראָמאַנען זײַנען אַ געשפּאַנטע לעקטור, אָבער אײנצײַטיק — אויך ייִדישע משלים, װאָס ברענגען צונױף הײַנטצײַטיקע פּראָבלעמען מיט דער ייִדישער טראַדיציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.