שבת־צו־נאַכטס, דעם 7טן יולי, האָבן די ייִדיש־סטודענטן פֿון דער זומער־פּראָגראַם בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ לעבן אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס און אַ טייל פֿון די סטודענטן אין דער „ייִוואָ־באַרד־זומער־פּראָגראַם‟ אין ניו־יאָרק זיך געטראָפֿן אינעם „ייִדיש־הויז‟ אויפֿן נאָמען פֿון דער דיכטערין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און איר מאַן יונה גאָטעסמאַן, אין בראָנקס, ניו־יאָרק.
דאָס איז דאָס דריטע יאָר וואָס די ביידע גרופּעס האָבן זיך באַגעגנט אינעם „ייִדיש־הויז‟.
די סטודענטן, וואָס זענען געקומען פֿון אַלע עקן וועלט, האָבן געשמועסט, גענאַשט און געזונגען בציבור. צװישן די לידער: בײלעס „בלעטעלעך אין װינט‟, „האַרבסט־ליד‟ און „דאָס קאָזאַקן־ליד‟ (מיטן קלינגעװדיקן רעפֿרען: „הוצאַ־צאַ!‟), װי אויך פּאַסיקע לידער אויף מוציא־שבת: „שנירעלע פּערעלע‟ און אַלטע ניגונים. די לערערין פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם, שבֿע צוקער, האָט אָנגעפֿירט מיטן געזאַנג און געוויסע געסט, ווי דער זינגער חיים וואָלף און דער אַקטיאָר אלי ראָזען, האָבן אויך אָנטיילגענומען.
דער אָוונט איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך נח באַרעראַ, אַ לערער אין דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם וואָס וווינט טאַקע אינעם „ייִדיש־הויז‟, און בען קאַפּלאַן, דירעקטאָר פֿון דער ייִוואָ־פּראָגראַם.
די סטודענטן פֿונעם „ייִדישן־ביכער־צענטער‟ זענען דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך געװען אין ניו־יאָרק כּדי זיך צו באַקענען מיט דער אָרטיקער ייִדיש־וועלט און איינער פֿון די אָנפֿירערס, כאַסקל לעווין, איז געװען דער װאָס האָט זיי געבראַכט אינעם „ייִדיש־הויז‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.