מיט אַ פּאָר יאָר צוריק בין איך געװען אױף אַ קאָנפֿערענץ אין פּאַריז װוּ איך האָב געדאַרפֿט זיך צוהערן צו אַ לעקציע אױף פֿראַנצײזיש, אַ שפּראַך װאָס איך פֿאַרשטײ „נישקשהדיק“ אָבער װאָס איך רעד נאָר מיט גרױסע שװעריקײטן.
די לעקציע איז געװען װעגן דעם מצריש־ייִדישן פּאָעט (און לעבן־געבליבענעם) עדמאָנד זשאַבעז. נאָך דער לעקציע האָב איך געװאָלט עפּעס פֿרעגן און דערפֿאַר האָב איך אָנגעהױבן צו רעדן אויף מײַן שטאַמלענדיקן פֿראַנצייזיש, װען דער רעדנער, מעשׂה פֿראַנצױז, האָט מיך איבערגעריסן און געזאָגט: „נו, גענוג שוין, מיר רעדן אַלע ענגליש דאָ: טאָ פֿרעג׳זשע אַזױ!“ איז מײַן פֿראַגע געװען אַ פּשוטע: װי קען מען האַלטן אַ גאַנצן רעפֿעראַט װעגן זשאַבעז און נישט קײן אײן מאָל דערמאַנען אַז ער האָט געשריבן זײַנע לידער װעגן דעם חורבן? האָט דער רעדנער געענטפֿערט, אַװעקמאַכנדיק מיט דער האַנט, „אָבער דאָס װײסן מיר אַלע שױן.“
איך דערמאָן די מעשׂה װען איך טראַכט אַצינד װעגן קלאָד לאַנצמאַן, װאָס איז אַװעק אין דער אײביקײט דעם 5טן יולי אין פּאַריז, צו 92 יאָר.
פֿון אײן זײַט האָט לאַנדסמאַן אױכעט געקענט זיך פֿירן „מעשׂה פֿראַנצױז“ — דאָס הייסט, אויסדריקן אומגעדולד װען מענטשן רעדן נישט צו דער זאַך לױט זײַנע סטאַנדאַרטן, אָבער פֿון דער צװײטער זײַט קען מען רויִק זאָגן אַז דער חורבן איז אַן ענין װאָס ער האָט קײן מאָל נישט גענומען אױף זיכער. לאַנצמאַנס גרעסטע דערגרײכונג ווי אַן אַקטיװיסט, זשורנאַליסט און פֿילם־רעזשיסאָר איז געװען צו שטעלן די חורבן־טעמע אויבן אָן אין דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור — און דװקא אױף אַן אופֿן אַז מע זאָל חלילה נישט פֿאַרגעסן אַז דער חורבן איז געװען אַ פֿאַרברעכן נישט נאָר קעגן דער מענטשהײט, לױט דער טערמינאָלאָגיע פֿונעם נורעמבערגער פּראָצעס, נאָר בפֿירוש אַ קאַטאַסטראָפֿע קעגן ייִדן. זײַן מײַסטערװערק, דער נײַן־שעהיקער פֿילם „שואה“ („חורבן“, אַרויס אין 1985), האָט געשילדערט דעם גענאָציד פֿון די ייִדן ווי די הויפּט־געשעעניש פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. טאַקע צוליב זײַן פֿילם איז דאָס װאָרט „שואה“ געװאָרן דער פֿאַרשפּרײטסטער טערמין פֿאַרן חורבן אין די אייראָפּעיִשע שפּראַכן.
הגם דער פֿילם נעמט אַרײַן כּמעט אַלע הויפּט־לשונות פֿאַרבונדן מיטן חורבן: דײַטש, פּױליש, פֿראַנצײזיש, ענגליש, אַפֿילו אַ ביסל ייִדיש — איז עס אין תּוך אַרײַן אַ פּועל־יוצא פֿון דער פֿראַנצײזישער קולטור, און מע דאַרף עס פֿאַרשטײן קודם־כּל אינעם פֿראַנצײזישן קאָנטעקסט. לאַנצמאַן איז געבױרן געװאָרן אין פֿראַנקרײַך, דער זון פֿון ייִדן פֿון מזרח־אײראָפּע. כאָטש ער איז בלויז געווען אַ צענערלינג בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, איז ער געווען גענוג אַלט צו דינען אינעם פֿראַנצײזישן רעזיסטאַנס.
נאָכן קריג איז ער געװאָרן אַ מיטגליד פֿונעם „עקסיסטענציאַליסטישן“ קרײַז פֿון זשאַן־פּאָל סאַרטרע און סימאָן דע באָװוּאַר. דערצו איז לאַנצמאַן כּמעט צען יאָר לאַנג געווען אירער אַ ליובאָװניק. צװישן זײַנע ראָלעס אין די קרײַזן איז לאַנצמאַן געװען שעף־רעדאַקטאָר פֿון „לײ טאָמפּ מאָדערן“ („מאָדערנע צײַטן‟, אַ נאָמען נאָכן פֿילם מיט טשאַרלי טשאַפּלין, פֿון 1936), דער אָרגאַן פֿון דער עקסיסטענציאַליסטישער באַװעגונג אין פֿראַנקרײַך. נאָך אײדער די מלחמה האָט זיך געענדיקט, האָט סאַרטרע אין „לײ טאָמפּ מאָדערן“ אַרױסגעגעבן דעם עסײ „באַמערקונגען איבער דער ייִדן־פֿראַגע“ — אײנער פֿון די ערשטע פּרוּװן צו באַהאַנדלען די פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם נאָכן חורבן.
צװישן די טענות צום עסײ, נישט געקוקט אױף סאַרטרעס מוט און ערנסטקײט אין פּרוּװן רעדן אויף דער טעמע, איז זײַן פֿאַרשטאַנד פֿון ייִדישקײט װי אַ מין „נעגאַטיװע אידענטיטעט.“ בקצור, אַ ייִד איז נישט דער װאָס רופֿט זיך אַ ייִד אָדער װאָס אידענטיפֿיצירט זיך מיט דער ייִדישער רעליגיע אָדער קולטור אָדער פֿאָלק, נאָר דער װאָס מע רופֿט אים אַ ייִד. הגם סאַרטרע פּרוּװט אױסצודריקן מיטגעפֿיל פאַר די קרבנות פֿון חורבן, בשעת זײערע קבֿרים זענען דעמאָלט נאָך געװען פֿריש, איז ער פּשוט נישט בכּוח צו באַטראַכטן ייִדישקײט װי אַן אידענטיטעט װאָס מע װיל אָננעמען פֿאַר זיך: ער קען עס נאָר פֿאַרשטײן װי אַ באַשולדיקונג פֿון װעלכער מע דאַרף וואָס גיכער אַנטלױפֿן.
װי עס זעט אויס, האָט דער עסײ געמאַכט אַ טיפֿן אײַנדרוק אױף לאַנצמאַן, װאָס מע קען זען אינעם פֿילם „שואה‟. אין אײן זינען איז דער פֿילם אַ שטאַרקער און אפֿשר אַפֿילו אַ בײזער ענטפֿער אויפֿן געדאַנק אַז ייִדישקײט עקסיסטירט בלױז אינעם נעגאַטיװן באַװוּסטזײַן פֿון די אַנטיסעמיטן. לאַנצמאַנס בײַטראָג צו דער פֿראַנצײזישער קולטור בפֿרט און עראָפּעיִשער קולטור בכלל — עפּעס װאָס נישט אליעזר װיזעל, נישט אַנדרײ שװאַרץ־באַרט, און נישט אַנדערע חורבן־שרײַבערס אױף פֿראַנצײזיש האָבן באַװיזן — איז געװען צו באַשטעטיקן אַז דער חורבן איז געװען ספּעציפֿיש אַ פֿאָלקסמאָרד קעגן אַ באַשטימטן פֿאָלק, די ייִדן.
פֿון דער צװײטער זײַט, קען מען אָבער אױך פֿאַרשטײן אַז אַפֿילו װען מע חזרט שטענדיק איבער די ייִדישע אידענטיטעט אי פֿון די קרבנות, אי פֿון די לעבן־געבליבענע, איז ייִדישקײט פֿאָרט עפּעס אַ סתּירה, אַ היפּוך, אַן אַנטיטעז פֿון דער נאָך־מלחמהדיקער קולטור אין אייראָפּע. אַ שפּרודלדיק ייִדיש לעבן עקסיסטירט װײַטער נאָכן חורבן, אָבער נישט אין אייראָפּע, און אַװדאי נישט אין מזרח־אייראָפּע. מע קען דאָס פֿאַרשטײן אױף עטלעכע אופֿנים: ערשטנס, װי אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דער קאַלטער מלחמה, װאָס האָט צוליב פֿאַרשײדענע סיבות צעשטערט און באַגראָבן די ייִדישע קולטור אין מזרח־אייראָפּע כּמעט אַזױ שטאַרק װי דער חורבן גופֿא (און איך חזר איבער: כּמעט). צװײטנס קען מען פֿאַרשטײן אי דעם אינהאַלט פֿונעם פֿילם, אי דעם פֿילמס נאָמען, װי אָנװײַזונגען פֿון לאַנצמאַנס טיפֿן ציוניזם: נישט צופֿעליק האָט לאַנצמאַן, אַ קינד פֿון אַ ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה, אויסגעקליבן דאָס העברעיִשע װאָרט „שואה,“ אָנשטאָט דעם ייִדישן װאָרט חורבן, פֿאַרן טיטל פֿון פֿילם. אָבער צום ערנסטנס, דאַכט זיך, איז די נעגאַטיװקײט, די אוממעגלעכקײט פֿון פֿאָרשטעלן אַ ייִדיש לעבן אין אייראָפּע נאָכן חורבן, לױט די צװעקן פֿונעם פֿילם, דער באַגריף װאָס לאַנצמאַן האָט געירשנט פֿון סאַרטרע — אַז אינעם אייראָפּעיִשן באַװוּסטזײַן איז אַ ייִדישע אידענטיטעט אַן אוממעגלעכקײט װאָס איז, אין לעצטן סך־הכּל, יאָ מעגלעך.
הײסט עס, אַז לאַנצמאַן האָט געגעבן אַ גאַנץ נײַעם באַטײַט צום פֿילאָסאָפֿישן באַגריף פֿון נעגאַטיװקײט: ייִדישקײט איז אַ „נעגאַטיװע אידענטיטעט“ נישט װײַל ס׳איז נישטאָ קײן „פּאָזיטיװע אידענטיטעט“ פֿון ייִדישקײט, נאָר װײַל ייִדישקײט איז אַ נעגאַטיװער אימאַזש (אַזױ װי אין אַ פֿאָטאָגראַפֿיע) פֿון אייראָפּעיִשער אידענטיטעט, און אייראָפּעישע אידענטיטעט איז אין גלײַכן מאָס אַ נעגאַטיװ געשטאַלט פֿון ייִדישער אידענטיטעט. װאָס פֿאַר אַ געדאַנקען לאַנצמאַן זאָל נישט האָבן גענאָסן פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע, איז זײַן גאַנצע הכמה פֿאָרגעשטעלט געװאָרן אין זײַן פֿילם, „שואה.“
דער פֿילם שטעלט פֿאָר נאָך אַ דוגמא פֿון „נעגאַטיװער אידענטיטעט“ אינעם זינען אַז דער זשאַנער פֿון פֿילם איז, פּשוט, „נישט קיין דאָקומענטאַר.“ אין דעם עיקרדיקן זשעסט ליגט דער „סוד־התּורה“ פֿונעם גאַנצן װערק. עס איז נישט קײן דאָקומענטאַר אין אַ טעכנישן זינען, װײַל עס ניצט נישט קײן היסטאָרישע פֿילם־אָפּשניטן פֿון דער חורבן־תּקופֿה. אין דער אמתן איז אַ דאָקומענטאַר אַ מין קאָלאַזש פֿון היסטאָרישע עקספּאָנאַטן צוזאַמענגעפֿלאָכטן צו שאַפֿן אַ װיזועלן נאַראַטיװ פֿון דער פֿאַרגאַנגענהײט. לאַנצמאַן, להיפּוך, שטעלט נישט דעם טראָפּ אױף װאָס איז געשען, נאָר גיכער װי אַזױ מע רעדט (אָדער רעדט נישט) װעגן דעם װאָס ס׳איז פֿאָרגעקומען. אַנשטאָט געשיכטע איז דער פֿאָקוס פֿון פֿילם אױף די „גבֿית־עדות“ — סײַ פֿון די לעבן־געבליבענע, סײַ פֿון די צוקוקערס, סײַ פֿון די געצײלטע רוצחים אַלײן. בשעת אַ דאָקומענטאַר הײבט אָן פֿון דער איצטיקער צײַט, באַניצנדיק די איצטיקע טעכנאָלאָגיע, צו שאַפֿן אַ נאַראַטיװ װעגן דער פֿאַרגאַנגנהײט, איז דער פֿאָקוס פֿון „שואה“ אױף װי אַזױ די פֿאַרגאַנגענהײט איז משפּיע אױפֿן איצט. אין דעם איז גילטיק אַ נעגאַטיװער באַגריף פֿון צײַט. מע קען דערפֿאַר זאָגן אַז װי נאָר אַן אמתער עקזיסטענטיאַליסט קאָן, האָט לאַנדצמאַן געשאַפֿן נישט אױף אײן אופֿן, נאָר אױף עטלעכע, אַ ברייטע גאַמע נעגאַטיװע אימאַזשן, װאָס שאַפֿן דװקא אַ פּאָזיטיװן באַגריף פֿון ייִדישן קיום, פֿון דער אייראָפּעיִשער ציװיליזאַציע, פֿון דער פֿילם־עסטעטיק און פֿון דער פֿילאָסאָפֿיע פֿון צײַט. בשעת־מעשׂה האָט ער אינסצענירט אי אײנעם פֿון די װיכטיקסטע פֿילמען אין דער געשיכטע פֿון קינאָ, אי אַ פּאָרטרעט פֿונעם 20סטן י״ה אין, און לױט, זײַן פֿינצטערסטער שעה. כּבֿוד זײַן אָנדענק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.