יעדע ייִדישע שטאָט האָט אַן אײגן קולטורעל פּנים, אױסגעפֿורעמט דורך דורות פֿון אירע שעפֿערישע תּושבֿים. מען רעדט, למשל, װעגן נוסח װילנע און װעגן די אָדעסער חכמים; װעגן דעם היפּשן קולטורעלן חילוק צװישן תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים.
אָבער װי װײַט לאָזט זיך רעדן װעגן אַזאַ שטאָט װי פּעטערבורג (לענינגראַד) װי אַ ייִדישע שטאָט, װאָס פֿאַר דער רעװאָלוציע איז די רוסישע הױפּטשטאָט געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן? שלום אַשס „פּעטערבורג‟ און זלמן שניאורס „קיסר און רבי‟ שילדערן טאַקע אַ קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון פּעטערבורגער ייִדנטום אינעם 19טן און 20טן יאָרהונדערט. צװישן חב”דניקעס איז פּעטערבורג באַקאַנט װי דאָס אָרט, װוּ די רוסישע מלוכה האָט געהאַלטן אין תּפֿיסה דעם ערשטן רבין, ר’ שניאור זלמן, ביז דער צאַר אַלײן האָט אים באַזוכט בסוד און געלאָזט אים באַפֿרײַען. די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דעם סאָװעטישן לענינגראַד (דער סאָװעטישער נאָמען פֿון דער שטאָט) איז געװאַקסן, מערסטנס צוליב נײַע אײַנוווינער פֿון װײַסרוסישע שטעט און שטעטלעך. בעת דער סאָװעטישער תּקופֿה האָבן זיך ייִדן גיך אױסגעלערנט רוסיש און געװאָרן רעדאַקטאָרן, אינזשענירן, אַקאַדעמיקער, אַדװאָקאַטן — הקיצור, געגאַנגען דעם װעג פֿון ייִדישער אַסימילאַציע פּונקט אַזוי װי אין אײראָפּע און אַמעריקע.
צװישן אַלע שטעט און שטעטלעך פֿונעם אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען דװקא די לענינגראַדער ייִדן געװען די סאַמע „רוסישע‟, סאַמע דערװײַטערטע פֿון ייִדישקײט. עס איז דערפֿאַר מערקװירדיק, אַז דװקא אין דער דאָזיקער שטאָט האָט זיך נאָך דער מפּלה פֿון דער סאָװעטישער מאַכט אַנטװיקלט אַ לעבעדיקע ייִדישע קולטור אױף ייִדיש און אױף רוסיש. און אין דער הײַנטצײַטיקער רוסישער ליטעראַטור איז דער פּעטערבורגער שרײַבער אָלעג יוריעװ, וואָס איז לעצטנס געשטאָרבן אין עלטער פֿון 58 יאָר, געװען די סאַמע אָריגינעלע און מערקװירדיקע ייִדישע שטים. יוריעװס דרײַ ראָמאַנען, „דער האַלבאינדזל זשידיאַטין‟, „דער גולם, אָדער די מלחמה צװישן פֿאָטער און קינדער‟ און „װינעטאַ‟ שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מין עפּישע טרילאָגיע װעגן דעם גורל פֿונעם רוסישן ייִדנטום אױפֿן שװעל פֿונעם דריטן יאָרטױזנט.
אין זײַנע װערק מישט יוריעװ פּרטים פֿון טאָג–טעגלעכן לענינגראַדער סאָװעטישן שטײגער מיט מאָטיװן און אימאַזשן, װאָס שטאַמען פֿון תּנ”ך און מדרש. זײַנע העלדן זײַנען רעאַלע פֿיגורן, אָבער די אומשטאַנדן אַרום זײ זײַנען צומאָל פֿאַנטאַסטיש. דער העלד פֿון „גולם‟, למשל, באַקומט אַן אַקאַדעמישע סטיפּענדיע צו פֿאַרברענגען אַ יאָר אינעם „קולטור־בונקער‟, אַן אַנשטאַלט, װאָס געפֿינט זיך אױף דער גרענעץ צװישן טשעכיע און דײַטשלאַנד. דאָס קומט פֿאָר אין די מיטן 1990ער יאָרן, װען סײַ אַמעריקע סײַ אײראָפּע האָבן געקוקט צו דער צוקונפֿט מיט אַ סך אָפּטימיזם. מען האָט געהאַלטן, אַז דער מערבֿ האָט אין דער „קאַלטער מלחמח‟ אָפּגעהאַלטן אַ נצחון. האָט זיך אָבער אַרױסגעװיזן, אַז דװקא אין אָט דער גרענעץ־געגנט געפֿינט זיך אַ הײל, װוּ מען האָט אַ מאָל אױסגעגראָבן לײם אויף צו מאַכן דעם פּראָגער גולם. איצט האָבן די רוסישע און די אַמעריקאַנער אױסשפּיר־אַגענטורן געגלױבט, אַז מען קען אױסנוצן דעם דאָזיקן לײם כּדי צו מאַכן אַ נײַעם מין געװער און אַזוי הײבט זיך אָן אַ נײַע געהײמע מלחמה. דערצו נאָך װײַזט זיך אַרױס, אַז אונטער דער ערד פֿאַרבאַהאַלטן זיך שאָטנס פֿון אומגעקומענע אײראָפּעיִשע ייִדן, װאָס אַ מאָל האָבן זײ געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אינעם אײראָפּעיִשן לעבן. אַזױ אַרום װערט די ייִדישע געשיכטע אומגעפֿלאָכטן מיט דער הײַנטיקער פּאָליטיק.
יוריעװס ראָמאַנען זײַנען פֿול מיט פֿאַנטאַסטישע סיטואַציעס און דאָך — טיף אײַנגעװאָרצלט אין דער הײַנטיקער תּקופֿה. זײ זײַנען אױך פֿול מיט רמזים אױף פֿאַרשידענע ליטעראַרישע װערק און קולטורעלע דערשײַנונגען, פֿון „מאָבי דיק‟ ביז פּאָפּולערע סאָװעטישע לידער. דערצו שטאַמען זײַנע העלדן פֿון זײַן אײגענער סבֿיבֿה, דער לענינגראַדער רויסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. דאָס מאַכט זײַן שאַפֿונג אינטערעסאַנט פֿאַר ליטעראַרישע פֿײַנשמעקער, בעת דער ברײטער לײנערישער עולם װערט פֿאַרכאַפּט פֿונעם אַװאַנטורישן סיפּור–המעשׂה, הומאָר און לעבעדיקער שפּראַך.
די לעצטע 25 יאָר פֿון זײַן לעבן האָט אָלעג יוריעװ געוווינט אין דײַטשלאַנד. ער האָט גוט באַהערשט די דײַטשישע שפּראַך און זיך קונה־שם געװען דורך זײַנע ליטעראַריש–קריטישע עסײען, װאָס ער האָט געדרוקט אין די װיכטיקסטע דײַטשישע צײַטונגען. זײַן לעצטער ראָמאַן, „װינעטאַ‟, איז אַרױס אין אַ דײַטשישער איבערזעצונג און האָט באַקומען פּאָזיטיװע אָפּרופֿן. אױף רוסיש האַלט מען אים פֿאַר אײנעם פֿון די װיכטיקסטע הײַנטצײַטיקע דיכטער. עס איז ניט קײן ספֿק, אַז זײַן פֿילזײַטיקע צװײשפּראַכיקע שעפֿערישע ירושה װעט נאָך צוציִען דעם אױפֿמערק פֿון פֿאָרשער און ליבהאָבער פֿון ליטעראַטור אין רוסלאַנד, דײַטשלאַנד און אַמעריקע.
צי קען מען געפֿינען פּאַראַלעלן צו אָלעג יוריעװס רוסיש־ייִדישע ראָמאַנען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור? אַלײן האָט ער זיך ניט געהאַלטן פֿאַר אַ „ייִדישן‟ שרײַבער. ער האָט דערקלערט, אַז היות װי ער האָט געקענט די רוסיש־ייִדישע סבֿיבֿה פֿון אינעװײניק, האָט ער געשעפּט דערפֿון מאַטעריאַל פֿאַר זײַנע װערק. אין דעם זין איז ער אַ ביסל ענלעך אױף פֿיליפּ ראָט. בײדע מחברים האָבן געשילדערט ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, אָבער צומאָל האָבן זײ געשטעלט זײערע העלדן אין פֿאַנטאַסטישע סיטואַציעס. יוריעװס שעפֿערישער באַנוץ מיטן טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטאָף פֿון תּנ”ך, מדרש און פֿאָלקלאָר דערמאָנט אױך אָן דעם יונגן אַמעריקאַנער מחבר יהושע כּהן). אַזױ װי כּהנס ראָמאַנען, לאָזן זיך יוריעװס װערק אױסטײַטשן װי משלים, װאָס באַקלײדן אוראַלטע מעשׂיות אין מאָדערנע בגדים. בײדע מחברים זײַנען חוקר ודורש דעם מעטאַפֿיזישן מהות פֿונעם ייִדישן גלות אין סאַמע פֿאַרשידענע אַספּעקטן און שאַטירונגען דורך די מיטלען פֿון דער מאָדערנער ליטעראַטור. אָלעג יוריעװס פֿרי–צײַטיקע פּטירה האָט איבערגעלאָזט אַ ריזיקן בלױז אין דער ייִדישער װעלט–ליטעראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.