מיט אַ צײַט צוריק קלינגט צו מיר אַ פֿרוי, וואָס האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי רות להבֿ (לאַהאַוו). זי האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן טעטיקייט דורך אַ בשותּפֿותדיקער חבֿרטע און האָט געוואָלט דרינגענדיק מיט מיר זיך טרעפֿן. זי האָט דאָקומענטן אויף ייִדיש וואָס זי פֿאַרשטייט ניט און וויל זיי איבערזעצן אויף העברעיִש. ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין לייוויק-הויז האָט זי מיר דערציילט מער פּרטימדיק אין וואָס עס האַנדלט זיך.
זי איז הײַיאָר בײַגעווען די פֿײַערונגען לכּבֿוד דעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד אין וואַרשע און בײַ דער געלעגנהייט האָט זי אויך באַזוכט דעם „אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟. דאָרט האָט זי אַנטפּלעקט פֿאַקטן, וועלכע האָבן אַ דירעקטע שייכות צו איר משפּחה: איבערהויפּט, אַז אין קעלער פֿון אינסטיטוט געפֿינען זיך אַ 300 מאָלערײַען, אויל און אַקוואַרעל, פֿון איר מומען, די מאָלערין געלע זאַקשטיין, וועלכע איז אומגעקומען אין וואַרשעווער געטאָ. די טעמאַטיק נעמט אַרום פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע שרײַבער און פּערזענלעכקײטן ווי אויך קינדער פֿון דער וואַרשעווער אָרעמקייט. די דאָזיקע קינסטלערישע ווערק ווערן, צום באַדויערן, ניט פֿאָרגעשטעלט פֿאַרן פּובליקום, ווי ס’וואָלט געדאַרפֿט זײַן, נאָר ליגן פּוסט און פּאַס, אַפֿילו ניט אײַנגעראַמטע, אין קעלער פֿון בנין. אַן אַנונג פֿון אָט דעם אויסערגעוויינלעכן אוצר קאָן מען באַקומען בלעטערנדיק איינעם פֿון די 35 בענד וואָס דער אינסטיטוט האָט אויף פּויליש אַרויסגעגעבן. מ’קאָן דאָרט זען דוגמאות פֿון די בילדער אויף שוואַרץ און ווײַס און אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון אַלע עקספּאָנאַטן.
דערצו האָט זי זיך דערוווּסט אַז איר פֿעטער — געלע זאַקשטיינס מאַן — איז געווען ישׂראל ליכטנשטיין, אַ באַקאַנטער ייִדישער קולטור־טוער אין וואַרשע און איינער פֿון די שומרים פֿון די „עונג-שבת‟-דאָקומענטן פֿון ד״ר עמנואל רינגעלבלומס אַרכיוו.
רות להבֿ איז אַ סברא אין די 60ער און אַן אַרכיטעקטין. ס’וועט ניט זײַן איבערגעטריבן צו זאָגן, אַז אָט דער באַזוך אין וואַרשע האָט זי טיף אויפֿגעטרייסלט. ווען איך האָב איר געזאָגט: „איצט טראָגסטו אַן אַחריות; האָסט אַ מיסיע אין לעבן,‟ — דאָס הייסט, איבערגעבן פֿאַר אַנדערע די ריזיקע אויפֿטוען פֿון אירע פֿעטער-מומע אין יענע גרויליקע צײַטן — האָט זי געשוויגן, נאָר איר אײַנשטימיקייט האָט זי אויסגעדריקט מיט אַ לײַכטן שאָקל פֿון קאָפּ.
אין יאָר 1938 איז רות להבֿס מוטער געפֿאָרן פֿון תּל-אָבֿיבֿ קיין וואַרשע, וווּ זי האָט זיך באַקענט מיט איר שוואָגער (איר מאַנס ברודער), ישׂראל ליכטנשטיין, און זײַן פֿרוי, געלע זאַקשטיין, אַ טאַלאַנטירטע מאָלערין און דערציִערין. רותס מאַמע האָט פֿאַרבראַכט אַ ביסל צײַט אויף אַן אָצטוואָק-רעסאָרט, מחמת די לופֿט דאָרט איז געווען זייער גינציק פֿאַר איר געזונט; נאָך דעם איז זי צוריקגעקומען קיין פּאַלעסטינע מיט אַ מתּנה: „וואַזאָן, בלומען און פּאָרטרעט‟ — אַ שטיללעבן געמאָלט מיט איילפֿאַרב פֿון געלע זאַקשטיין. די דאָזיקע קונסטווערק געהערט איצט צו רותס משפּחה, נאָר דערווײַל האָט זי עס צײַטווײַליק געליִען דעם חורבן-מוזיי יד ושם אין ירושלים, מע זאָל עס דאָרט דעמאָנסטרירן פֿאַרן ברייטן פּובליקום.
אָט וואָס רות האָט אַנטדעקט וועגן אירע אָנגעזעענע קרובֿים:
געלע זאַקשטיין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1907. בשעת דער מלחמה האָט זי אין וואַרשעווער געטאָ, אין דער שולע אויף נאָוואָליפּקי גאַס 68, געאַרבעט ווי אַ מאָלערײַ-לערערין. איר מאַן, ישׂראל ליטכנשטיין, געבוירן אין 1904, איז אויך געווען אַ לערער, אַ מיטגליד פֿונעם לינקן פּועלי-ציון און רעדאַקציע-סעקרעטאַר פֿון דער וועכנטלעכער וואַרשעווער צײַטשריפֿט „ליטעראַרישע בלעטער‟ (1924־1939). אין געטאָ האָט מען אים אָנפֿאַרטרויט אויסצובאַהאַלטן די „עונג-שבת‟-דאָקומענטן פֿון רינגעלבלומס אַרכיוו, אַרײַנגערעכנט אויך געלע זאַקשטיינס שאַפֿונגען. צוזאַמען מיט צוויי פֿון זײַנע תּלמידים האָט ער דעם אַרכיווס ערשטן טייל אויסבאַהאַלטן אין קעלער פֿון נאָוואָליפּקי גאַס 68.
געלע, ישׂראל און זייער טעכטערל מרגלית זענען אומגעקומען אין די ערשטע טעג פֿון וואַרשעווער געטאָ-אויפֿשטאַנד.
אַחוץ ישׂראל ליכטנשטיין, איז דער איינציקער שותּף צום סוד וווּ מע האָט אויסבאַהאַלטן די בלעכענע קאַסטנס, געווען הערש וואַסער — דער סעקרעטאַר פֿון דער „עונג שבת‟-אַקציע, אַן עקאָנאָמיסט, אַ פֿונקציאָנער בײַם לינקן פּועלי-ציון און אַ מיטגליד פֿון דער אַרכיוו-קאָמיסיע פֿון דער ייִדישער קאַמף-אָרגאַניזאַציע. ווי אַ ניצול-געוואָרענער פֿון קריג האָט וואַסער געקאָנט אין יאָר 1946 אָנווײַזן, וווּ האָט מען אין יאָר 1942 אויסבאַהאַלטן די אַרכיוון. הערש וואַסער איז געשטאָרבן אין ישׂראל אין יאָר 1980.
פֿרוי להבֿֿ שטוינט איצט, וואָס די גאַנצע געשיכטע און ריזיקע לעבנספֿאַקטן זענען איר געווען אין גאַנצן אומבאַקאַנט. זי דערמאָנט זיך, אַז אין איר קינדהייט איז די פֿאַרגאַנגענהייט פֿון „דאָרטן‟ אין אייראָפּע געווען פֿאַרנעפּלט, פֿאַרבאָטן — געשטאַלטן אײַנגעהילטע אין שווערע שאָטנס. געהערט האָט זי בלויז געציילטע ווערטער אויף ייִדיש. אין שטוב האָט מען גערעדט העברעיִש — אייגנטלעך, איז דאָס געווען דער שלאָס וואָס האָט אָפּגעטיילט דעם שווערן נעכטן פֿון דעם שפּרודלדיקן נײַעם לעבן אין ישׂראל. מיט אַ קאַפּיטשקע איראָניע קאָן מען זאָגן: איין שפּראַך צו געדענקען, און די צווייטע — צו פֿאַרגעסן…
די טעמע פֿונעם „עונג שבת‟-אַרכיוו איז מיר אַליין באַקאַנט געוואָרן נאָר דורך די צוויי בענד אַרויסגעגעבענע אויף ייִדיש; דער ערשטער — דורכן „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט‟ אין וואַרשע און דער צווייטער דערשינען אין „י. ל. פּרץ-פֿאַרלאַג‟ אין ישׂראל (1985). די צוויי בענד שטייען בײַ דער מזרח־וואַנט פֿון מײַן ביבליאָטעק, נאָר כ’בין זיך מודה און מתוודה, אַז נאָר געציילטע טיילן פֿון בוך האָב איך איבערגעלייענט. פֿאַר וואָס? ס’פֿאָדערן זיך אויסנעמלעכע גײַסטיקע כּוחות דורכצולייענען און איבערצולעבן פּרטימדיק די גרויסע טראַגעדיע, וואָס דער וואַרשעווער ייִדנטום האָט דורכגעלעבט. שטענדיק זאָג איך זיך אַליין „שפּעטער, שפּעטער וועל איך עס איבערלייענען, ס’וועט נאָך קומען דער טאָג…‟ און איצט, אַז כ’האָב זיך דורך רות להבֿ דערוווּסט וועגן גורל פֿון געלע זאַקשטיין, ישׂראל ליכטנשטיין און זייער טעכטערל, ציט מיך ווידער צו נעמען אין די הענט אַרײַן עמנואל רינגעלבלומס כּתבֿים פון געטאָ.
וואָס עס שטייט געשריבן אין די צוויי צוואות, וואָס געלע און ישׂראל האָבן אונדז איבערגעלאָזט, וועלן מיר איבערגעבן אינעם קומעדיקן אַרטיקל.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.