(דער צווייטער טייל פֿון אַ בינטל זכרונות וועגן דער באָבען)
צוריקקוקנדיק אויף מײַנע יונגע יאָרן, איז מיר נישט קלאָר פֿאַר וואָס מײַנע עלטערן און די עלטערן פֿון מײַן מאַמען האָבן מיך, פֿון דער צײַט ווען איך בין געווען 5 יאָר אַלט געשיקט, יעדן יאָר אין אַן אַנדער ייִדישער שולסיסטעם, צוזאַמען מיט די לימודים מײַנע אין אַ מלוכישער אַרגענטינער שול.
במשך פֿון 7 יאָר האָב איך באַזוכט די גאַנצע גאַמע פֿון שולעס בײַ ייִדן אין בוענאָס־אײַרעס, פֿון אַ בונדישן קינדערגאָרטן ביז דעם לערער־סעמינאַר פֿון דער קהילה. צו 5 יאָר בין איך געגאַנגען אינעם י. ל. פּרץ־קינדערגאָרטן פֿון בונד. ווײַטער, ווען איך בין געוואָרן 6 יאָר אַלט האָט מען מיך אַוועקגעשיקט אין חדר מיט אַ רבין וואָס האָט געשלאָגן קליינע קינדער. אין צווייטן שוליאָר בין איך געוואָרן אַ תּלמיד פֿון אַ העברעיִשער שולע אויפֿן נאָמען פֿון נחמן געזאַנג, וואָס האָט געהערט צו די אַלגעמיינע ציוניסטן. דעם דריטן שוליאָר פֿון אָנפֿאַנגשול בײַ ייִדן האָב איך דורכגעמאַכט ווי אַ תּלמיד אין אַ בונדיסטישער פּרץ־שול. צו 10 יאָר האָבן מײַנע טאַטע־מאַמע און זיידע־באָבע מיך אַוועקגעשיקט זיך לערנען אין אַן אָרטאָדאָקסישער תּלמוד־תּורה, און צום סוף בין איך אין עלטער פֿון 11 יאָר געוואָרן אַ תּלמיד פֿון לערער־סעמינאַר בײַ דער ייִדישער קהילה פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ איך בין געווען דער ייִנגסטער תּלמיד פֿון מײַן קלאַס. בײַם ערשטן אויגנבליק זעט עס אויס ווי אַ דערציִערישער פּלאַן אָן הענט און פֿיס, אַ מין קולטורעלער כאַפּ־לאַפּ אָן אַ ציל און אָן אַ ריכטונג. אַ כאַאָטישער חינוך.
מיט יאָרן שפּעטער האָב איך געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, פֿאַר וואָס האָט מען מיך יעדן יאָר געשיקט זיך לערנען אין אַן אַנדער ריכטונג? האָט די מאַמע איפּסאָ פֿאַקטאָ מיר געענטפֿערט: „אונדזער גאַנצע משפּחה האָט געוואָלט אַז דו זאָלסט זיך באַקענען אַ ביסל מיט אַלץ‟. דאָס הייסט אַז מע האָט געוואָלט איך זאָל זיך באַקענען מיט אַלץ וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער קולטור־געשיכטע בײַ ייִדן. ווי אַ רעזולטאַט פֿון מײַן דערציִונג איז אַרויסגעקומען אַז איך בין נישט קיין בונדיסט, נישט קיין ייִדישיסט, נישט קיין העברעיִסט, נישט קיין אָרטאָדאָקסישער ייִד און אויך נישט קיין ציוניסט. איך בין אַ ייִד אָן אידעאָלאָגיעס. איך וואָלט געזאָגט אַז מײַן דערציִונג האָט געצילט אין דער ריכטונג פֿון אינטעגראַלער ייִדישקייט. אַ ייִדישקייט וואָס פּסלט נישט, און פֿאַראייגנט נישט פֿאַר זיך קיין שום עקסקלוסיוון וועלטבאַנעם אַרויסגעשלעפּט פֿונעם קולטור־אוצר בײַ ייִדן.
אמת, לויט מײַן מיינונג איז דער רעזולטאַט פֿון אַזאַ דערציִונג אַ געוווּנטשענער, אָבער איך דענק אַז ווירקלעך איז קאַרל מאַרקס געווען גערעכט ווען ער האָט באַטאָנט אַז דער סאָרט לעבן באַשטימט דעם סאָרט באַוווּסטזײַן, און נישט פֿאַרקערט. מײַן אָרעמע משפּחה פֿלעגט מיך שיקן יאָר־אײַן יאָר־אויס אין אַ שולע וווּ דער שׂכר־לימוד איז מן־הסתּם געווען וואָלוועלער. ווי עס זאָל נישט זײַן, בין איך זיך נישט מצער אויפֿן דורכגעגאַנגענעם דערציִונגס־וועג, וועמענס פֿילפֿאַכיקע סלידן האָבן זיך אײַנגעקריצט אין מײַן וויסן און געמיט, ביז הײַנט.
באָבע חווה־לאהס איינשפּראַכיקייט האָט זי נישט אָפּגעהאַלטן פֿון זיך אַמוזירן בײַ אַ גלאָז טיי מיט אונדזער קאַטוילישער שכנה, דאָניאַ סאַראַ, די אַלמנה פֿון פּאָליציי־קאָמיסאַר פֿון זיבעטן קוואַרטאַל אין בוענאָס־אײַרעס. אַן אַרגענטינער גויע, וועמענס משפּחה האָט געשטאַמט מן־הסתּם פֿון שפּאַניע, איז דאָניאַ סאַראַ געווען אַ פֿרומע קאַטאָליקין, אַ גוטמוטיקע אַלטיטשקע, וועמענס הויף איז געווען פֿול מיט געוויקסן. אין איר הויף אונטן, פֿלעגט שטענדיק אַרײַנפֿאַלן די פּילקע מיט וועלכער איך האָב זיך געשפּילט אין מײַן פּאַטיאָ אויבן. ווען איך פֿלעג אָנקלאַפּן אין איר טיר, אַרײַנגיין אין איר הויף און בעטן מיט הכנעה מיר אָפּגעבן די פּילקע, האָט דאָניאַ סאַראַ מיר שטענדיק אָפּגעבן די פּילקע מיט אַ שמייכל.
מײַנע געזעלשאַפֿטלעכע באַציִונגען מיט דאָניאַ סאַראַ און מיט איר ברודער, בעניטאָ — אַן עלטערער בחור וואָס האָט געוווינט בײַ איר אין שטוב, האָבן זיך געדרייט אַרום מײַנע שטענדיקע בקשות מיר אָפּצוגעבן די אַראָפּגעפֿאַלענע פּילקע. אין די זומער־אָוונטן, ווען דאָניאַ סאַראַ מיט אָדער אָן איר ברודער זײַנען געשטאַנען בײַם אַרײַנגאַנג פֿון זייער הויז און באַקוקט די גאַס, שעפּנדיק פֿרישע לופֿט, פֿלעג איך זיך אָפּשטעלן איבערצובײַטן מיט זיי אַ פּאָר ווערטער צוליב גוטער שכנותשאַפֿט.
אויף אונדזער גאַס, מיטן נאָמען Paso, לענג־אויס אַ הונדערט מעטער פֿון ביידע זײַטן גאַס, האָבן געוווינט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע נאַציאָנאַליטעטן און רעליגיעס, פֿון גאָר אַנדערע סאָציאַלע שיכטן, און צווישן זייערע הײַזער האָבן זיך געפֿונען כּל־המינים געשעפֿטן און וואַרשטאַטן. אונדזער גאַס אין בוענאָס־אײַרעס, אויף פּאַסאָ אין די זיבן הונדערטער, איז געווען אַ קליין קאָסמאָפּאָליטיש וועלטל: אויף דער זײַט פֿון די נישט־גלײַכמאָסיקע נומערן, אָנהייבנדיק פֿון דער גאַס קאָרדאָוואַ וואָס איז געשטאַנען פּערפּענדיקולאַר צו דער גאַס פּאַסאָ, איז געשטאַנען אַ פֿיל־גאָרנדיקער בנין און נאָך אים — אַ הויז נישט צו גרויס, און אין אים האָבן געוווינט אומבאַקאַנטע אײַנוווינער פֿאַר מיר, גויים להבֿדיל.
אַ ביסל ווײַטער איז געשטאַנען אַן איינשטאָקיקער בנין, וווּ הויכע טרעפּ האָבן געפֿירט צו אַ באַלקאָן, וווּ עס האָט געוווינט אַן עגיפּטישער מאַן תּמיד אָנגעטאָן אין אַ ווײַסער גאַלאַביע. זײַן באַלקאָן האָט זיך געפֿונען אַנטקעגן מײַן באַלקאָן. איין מאָל האָב איך אים אָפּגעשטאַט אַ וויזיט. כ׳האָב אים געוואָלט אינטערוויויִרן כּדי צוצוגרייטן אַ רעפֿעראַט וועגן מיצרישן פֿאָלק פֿאַר דער חלוצישער באַוועגונג וווּ איך בין געווען אַ מדריך. דאָס יאָר איז געווען 1956. מײַן שכן אין דער ווײַסער גאַלאַביע האָט מיר דערקלערט אַז די מצרים זײַנען אַ פֿאָלק וואָס וויל שלום, אַ פֿאָלק וואָס איז פּאָזיטיוו געשטימט און האָט ליב מענטשן. דאָס איז געווען נאָך דער סיני־אָפּעראַציע.
גלײַך נאָך אים איז געשטאַנען דאָס הויז פֿון דאָניאַ סאַראַ, און מיר האָבן געוווינט אויף Paso 783, אַ בנין וואָס איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין יאָר 1901 (וווּ עס איז געשטאַנען אויסגעקריצט אין פֿראָנט). אין אונדזער הויז איז באָבע חווה־לאה געווען דער ראָש וראשון וואָס האָט אָנגעפֿירט נישט נאָר מיט דער ווירטשאַפֿט, נאָר אויך מיט דער שטוב ווי אַ ייִדישע שטוב. שבת איז געווען שבת. די גאַנצע משפּחה האָט גערוט, געשפּאַצירט, געגאַנגען אין דער ליטווישער שול און צוריקגעקומען פּראַווען אַ שבתדיקע סעודה, צוגעגערייט נאָך פֿון פֿרײַטיק אין דער פֿרי. הײַנט, ווען איך לייען איבער, מדאָסקע לדאָסקע, אַבֿרהם־יהושע העשלס בוך וועגן דער ראָלע וואָס שבת שפּילט בײַ ייִדן, פֿאַרשטיי איך אַ סך בעסער וואָס ער מיינט, אַ דאַנק מײַן באָבע חווה־לאה.
גלײַך נאָך אונדז איז געווען אַן ענלעכע דירה וווּ הויכע טרעפּ האָבן געפֿירט צו אַן ערשטן שטאָק מיט אַ באַלקאָן ווי בײַ אונדז, און דאָרטן האָט געוווינט אַ טערקישע ייִדישע משפּחה. דאָרטן האָבן געוווינט אייניקע אָרעמע משפּחות, יעדע איינע אין אַ צימער אַרום דעם הויף. אַזאַ וווינונג מיט אַ נידעריקן עקאָנאָמישן ניוואָ, און מיט וווין־באַדינגונגען מלא ענגשאַפֿט, האָט מען גערופֿן אַ „קאָנווענטיזשאָ‟ (conventillio) — אַן אָרעמאַנסקער וווינאָרט.
דאָניאַ סאַראַ האָט פֿאַרשטענדלעך נישט גערעדט און נישט פֿאַרשטאַנען קיין ייִדיש, און באָבע חווה־לאה האָט נישט פֿאַרשטאַנען און נישט גערעדט קיין שפּאַניש. און דאָך… ווען דאָניאַ סאַראַ פֿלעגט אַרויף צו אונדז, טרינקען אַ גלעזל טיי מיט לימענע צוזאַמען מיט איר שכנטע, באָבע חווה־לאה, האָבן ביידע אַלמנות — די אַלמנה פֿון פּאָליציי־קאָמיסאַר און די אַלמנה פֿון מײַן זיידן חיים־מענדל, דער סעקרעטאַר פֿון חבֿרה־קדישא בײַם ראַבינאַט פֿון דער קהילה — געשמועסט און פֿאַרשטאַנען איינע די אַנדערע, גאָט ווייס אויף וועלכער שפּראַך.
ווײַטער, אויף דער זעלבער גאַס, אויף אונדזער זײַט, איז געשטאַנען אַ צוויישטאָקיקער בנין מיט דרײַ אַרײַנגאַנגען. דער ערשטער אַרײַנגאַנג האָט געפֿירט מיט טרעפּ צו אַן ערשטן שטאָק מיט אַ באַלקאָן, וווּ עס האָט געוווינט אַ פּאָרפֿאָלק און אַ קליין ייִנגעלע מיט אַ וועלאָסיפּעד, אויף וועלכן אויך איך האָב זיך געלערנט פֿאָרן. אונטער זייער דירה איז געווען אַ קליינער האָטעל מיט אַ באַזונדערן אַרײַנגאַנג, און אין אים האָבן געוווינט סטודענטן פֿון גאַנץ דרום־אַמעריקע וואָס זײַנען געקומען שטודירן אין בוענאָס־אײַרעסער אוניווערסיטעט. צוזאַמען מיט זיי האָב איך זיך אויסגעלערנט שפּילן פֿוסבאָל, אַלע זונטיק, אויף אונדזער גאַס. דער דריטער אַרײַנגאַנג פֿון אָט דעם קאָמפּלעקס האָט געפֿירט אויף הויכע טרעפּ צו אַ צווייטן שטאָק וואָס איז געווען אַ האָטעל, וווּ עס האָבן געוווינט פֿרויען וואָס פֿאַרקויפֿן זייער גוף, אָבער דאָרטן האָבן זיי נישט געאַרבעט. ווי זאָגט מען אויף ייִדיש: „איר מאַמע איז געווען אַ פּוילישע דריפּקע, אַ גנבֿטע, אַן אויסוווּרף, און איר טאָכטער איז אויך אַזוינע.‟
אַ ביסל ווײַטער, אויף אונדזער זײַט גאַס, האָט זיך געפֿונען אַ פֿינצטערלעכער געוועלב, אַ שניטקראָם וווּ סוחרים פֿון סירישן אָפּשטאַם האָבן פֿאַרקויפֿט אַלערליי געוואַנטן. צום סוף פֿון די הונדערט מעטער אויף דער זײַט פֿון מײַן גאַס, זײַנען געשטאַנען נאָך אַ פּאָר הײַזער וווּ עס האָבן געוווינט אַלערליי אײַנוווינער, ווי אויך ייִדן וואָס איך האָב נישט געקענט. דאָס לעצטע הויז אין אָט דער שורה איז געווען אַ פֿילשטאָקיקער בנין, וווּ עס האָט געוווינט אַ גראָבער ייִדישער ייִנגל, אַ פּעמפּיק, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים גערופֿען „בעבע‟, ס’הייסט מאָלאָקאָסאָס (זויגלינג).
איבערגייענדיק צו דער אַנטקעגנדיקער זײַט פֿון די גלײַכמאָסיקע נומערן אויף פּאַסאָ אין די זיבן הונדערטער, אָנהייבנדיק פֿון דעם ראָג פֿון פּאַסאָ און קאָרדאָוואַ און ביז הונדערט מעטער שפּעטער וווּ פּאַסאָ טרעפֿט די גאַס סאַן לואיס איז געשטאַנען אַן אַלטער בנין, אַ צוויישטאָקיקער. דאָרט האָט געוווינט אויפֿן צווייטן שטאָק הערשעלע, און אויף שפּאַניש — Enrique. הערשעלע איז געווען אַ בן־יחיד בײַ זײַנע וואַרשעווער ייִדישע עלטערן. ער איז געווען מײַן חבֿר זינט מיר זײַנען געווען קינדער. זײַן אָרעמע משפּחה האָט געוווינט אין איין צימער, אָן ביכער אויף די ווענט. זײַן מוטער איז געווען אַ נייטאָרין און זײַן פֿאָטער האָט מן־הסתּם נישט געאַרבעט. אַלע מײַנע אָנשטרענגונגען איבערצוצײַגן הערשעלען ער זאָל איבערלייענען כאָטש איין בוך אין זײַן לעבן, האָבן נישט געהאַט קיין שום פּעולה, אַפֿילו ביז ער איז געוואָרן 18 יאָר און איך בין אַוועק קיין ישׂראל.
אַ ביסל ווײַטער פֿון הערשעלעס בנין האָט געוווינט די משפּחה לאַנגער. אַ טאַטע מיט אַ מאַמען, דער טאַטע אַ סוחר. געקומען קיין בוענאָס־אײַרעס זײַנען זיי פֿון טיפֿן אַרגענטינער דרום, מיט אַ זון און אַ טאָכטער אין מײַן עלטער. אין זייער הויז זײַנען געווען אַ סך צימערן און אַ הויף. ענלעך צו אַלע אַנדערע ייִדישע משפּחות אויף מײַן גאַס, איז דער אָפּשטאַם פֿון דער משפּחה לאַנגער געווען גאָר אַנדערש פֿון מײַן מיזרח־אייראָפּעיִשער משפּחה; ווי עס זעט אויס זענען זיי געקומען פֿון עסטרײַך. לעבן זיי האָבן געוווינט אין אַן ענלעכן קאָמפּלעקס פֿון בנינים ווי אונדזערער פֿיר דורות טערקישע ייִדן וועלכע האָבן אין מײַנע אויגן אויסגעזען נאָך מער ווילד־משונה ווי די ייִדישע טערקן לעבן מײַן הויז. דער רעש וואָס זיי האָבן געמאַכט, און די סעמעטשקעס וואָס זיי האָבן געקנאַקט זײַנען בײַ אונדז געווען פֿרעמד. לעבן זיי האָט זיך געפֿונען אַ גאַראַזש וווּ מע האָט צורעכט געמאַכט אויטאָמאָבילן. דאָס איז געווען אַ ברייטער, טיפֿער און פּוסטער חלל מיט אַן אײַזערנער טיר, וואָס האָט זיך אַראָפּגעלאָזן און פֿאַרמאַכט דעם גאַראַזש, און אַלע זונטיק, ווען מיר האָבן געשפּילט אין דער גאַס פֿוסבאָל, איז דאָס געווען אונדזער טויער.
אַלע זעקס טעג פֿון דער וואָך קומען אַרײַן און פֿאָרן אַרויס אויטאָס פֿון גאַראַזש, און דער רעש פֿון די קאָמפּרעסאָרס און עלעקטרישע מכשירים פֿאַרהילכט די נאָענטע סבֿיבֿה פֿון גאַראַזש.
לעבן דעם גאַראַזש און כּמעט אַנטקעגן מײַן הויז איז געשטאַנען אַ צוויישטאָקיק עלעגאַנט הויז מיט אַ לאַנגן באַלקאָן. אין דעם בנין האָט געוווינט אַ בכּבֿודיקער ריכטער, אַ פֿראַנצויז. אַלע זונטיק, דער רוטאָג פֿונעם ריכטער, ווען די פּילקע פֿון אונדזער פֿוסבאָל פֿלעגט אַרויפֿפֿאַלן אויף זײַן באַלקאָן, פֿלעגט ער אומצופֿרידן אונדז צוריקוואַרפֿן די פּילקע. אַנטקעגן אונדזער הויז, אין אַן ענלעכן קאָמפּלעקס פֿון דירות, האָבן געוווינט אַ ריי מענטשן וואָס מיר האָבן נישט געקענט. לעבן זיי אין געווען אַ רענטגען־אינסטיטוט, און בײַם סוף פֿון דער גאַס, בײַם ראָג פֿון פּאַסאָ און קאָרדאָוואַ, איז געשטאַנען אַ גרויסער געבײַדע מיט אַ וואַרשטאַט — אַ קליינער גאַראַזש, איבערצובײַטן רעדער פֿון אויטאָס, פֿון די פֿירמעס Dunlop און Goodyear. די קלעפּ פֿון די האַמערס און די לופֿטבלאָזערס בעת דעם בײַטן די רעדער, האָבן צוגעגעבן נײַע טענער צו דער גאַסן-מוזיק.
עיקר שכחתי, צווישן דעם הויז פֿון דאָניאַ סאַראַ און דעם הויז פֿון עגיפּטער מײַן שכן, איז געווען נאָך אַ גאַראַזש, גענוג קליין, כּדי די אויטאָמאָבילן וואָס מע האָט דאָרטן פֿאַרריכט, זאָלן שטיין אויף אונדזער גאַס אין דרויסן. אין יענער צײַט, אין די 40ער און 50ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, האָט קיינער אין אונדזער גאַס, אויף וויפֿל איך געדענק, נישט געהאַט קיין אייגענעם פּריוואַטן אויטאָ. מענטשן פֿלעגן גיין צו פֿוס.
אַרגענטינע איז באַוווּסט מיט אירע פֿוסבאָל־שפּילער. ווער עס איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אָטעמט און לעבט איבער פֿוסבאָל־מעטשן. יעדער קינד, נישט וויכטיק וואָס איז זײַן אָפּשטאַם, האָט געמוזט אין יענע צײַטן און אויך הײַנט אויסקלײַבן אַ קאָמאַנדע און ווערן זײַן אָנהענגער. אינטערעסאַנט, אַלע נעמען פֿון די פֿוסבאָל־גרופּעס זײַנען אין אַרגענטינע געווען אויף ענגליש, ווי למשל: River Plate, Boca Juniors, Racing Club, New Old Boys, און אַזוי ווײַטער. אָבער די אַרגענטינער האָבן נישט געקענט גענוג ענגליש, איז בײַ זיי River Plate געווען ריווער פּלאַטע און Boca Juniors איז געווען בײַ זיי באָקאַ כוניאָרס, און אַזוי ווײַטער.
אַפֿילו די ענגלישע פֿירמע Goodyear איז בײַ זיי געווען גאָד זשעאַר. במשך לאַנגע יאָרן האָב איך זיך געפֿרעגט, וואָס מיינט אַ וואָרט וואָס פֿלעגט פֿאַרהילכן די פֿוסבאָל־סטאַדיאָנען, פֿון מויל פֿון סענדוויטשן־פֿאַרקויפֿער, וועלכע פֿלעגן אויסרופֿן: טשוענגאַ, טשוענגאַ! אויף זייער שפּאַנישן ענגליש. וואָס דאָס אמתע ענגלישע וואָרט אז געווען האָב איך ניט געוווּסט. ערשט מיט יאָרן שפּעטער, אין ירושלים, ווען איך האָב זיך סוף־כּל־סוף באַקענט נענטער מיט דער ענגלישער שפּראַך, האָב איך פֿאַרשטאַנען אַז דאָס האָבן די שרײַער פֿאַרקויפֿט קײַגומע וואָס אויף ענגליש רופֿט מען עס chewing gum, און אויף פֿוסבאָל־שפּאַניש — טשוענגאַ.
אַן ענלעכער פֿענאָמען פֿלעגט געשען אין אַרגענטינע, מיט נעמען פֿון גאַסן אויפֿן נאָמען פֿון פֿראַנצייזישע פּערזענלעכקייטן: אַ גאַס מיטן נאָמען זשאַן זשאָרעס – Jean Jaurès – האָבן אַרגענטינער אָנגערופֿן: כואַן כאַורעס. אַזוי אַרום איז אַ פֿראַנצייזישער פּאָליטיקער און אינטעלעקטואַל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין סתּם אַן אַרגענטינער גאַסניונג.
די גאַסן אין בוענאָס־אײַרעס, אין צענטער שטאָט, זײַנען געווען פֿון צוויי סאָרטן. גלאַטע גאַסן אַספֿאַלטירטע, אויף וועלכע בײַ מײַן שפּילן פֿוסבאָל איז די פּילקע געשפּרונגען מיט גלײַכע ליניעס וואָס מע האָט געקענט פֿאָרזען וווּהין זי פֿליט. אָבער די גאַסן אין דער סבֿיבֿה פֿון מײַן הויז זײַנען געווען נישט־אַספֿאַלטירטע, נאָר אויסגעברוקירט מיט קײַלעכדיקע לענגלעכע שטיינער מיט רונדע שפּיצן, און דאָרטן פֿלעגט די פּילקע שפּרינגען אין אומדערוואַרטע ריכטונגען און פֿאַלווינקלען.
מיר פֿלעגן שפּילן מיט דער פּילקע אויף ביידע סאָרטן גאַסן. די ברוקירטע גאַס מיט די רונדע שטיינער האָט אונדז געצוווּנגען צו אַנטוויקלען פֿלינקע רעאַגירונגען. אַזאַ רעאַגירונג־פֿעיִקייט איז דער אַלף־בית פֿון אַ גוטן פֿוטבאָליסט, ווײַל ער דאַרף און מוז נאָכיאָגן די שפּרינגערישע פּילקע וווּ זי זאָל זיך נישט קערן און ווענדן. אַזאַ בריהשאַפֿט האָבן מיר, אַרגענטינער, דעראָבערט פֿון קינדווײַז אויף.
אויף אונדזער גאַס האָבן זיך אַלע זונטיק צוזאַמענגעקליבן אַלע דרום־אַמעריקאַנער סטודענטן, מײַנע שכנים. זינט איך בין געווען אַ קליין קינד, פֿלעג איך שטיין בײַם פֿענצטער און אַראָפּקוקן אין גאַס, וווּ די סטודענטן האָבן זיך געשפּילט מיט דער פּילקע. אַלע מײַנע בקשות צו טאַטע־מאַמע אַז מע זאָל מיך לאָזן אַראָפּ אין גאַס, האָבן נישט געהאָלפֿן. ערשט ווען איך בין געוואָרן זעקס יאָר אַלט, האָט מען מיך דערלויבט אַראָפּ אַליין זיך שפּילן אין גאַס. מײַנע גאַסן־חבֿרים מיט וועלכע איך האָב זיך שפּעטער געשפּילט מיט אַ פּילקע, מיט ביקלעך (bolitas, marbles), מיט קאַרטינקעס (figuritas) — אַזוינע קליינע בילדעלעך וואָס קינדער זאַמלען לויט סעריעס, פֿלעגן זיך דרייען פֿראַנק־און־פֿרײַ און נישט באַדאַרפֿט באַקומען אַ דערלויבעניש פֿון טאַטע־מאַמע.
מיר קינדער האָבן געקענט פֿאַרברענגען גאַנצענע שעהען אויף דער גאַס מיט די קאַרטינקעס. דער יצר־טובֿ פֿון זאַמלען, און דער יצר זיך צו פֿאַרמעסטן, ווי אויך דער יצר צו שלימות צוזאַמען מיטן יצר זיך טוישן מיט טיילן פֿון אַ גאַנצקייט — אָט די אַלע יצרים האָבן בײַגעטראָגן בײַ אונדז קינדער, צו פֿאַרוואַנדלען די קליינע קײַלעכדיקע קאַרטאָן־קאַרטינקעס מיט בילדער פֿון פֿוטבאָליסטן, אָדער קינאָ־אַקטיאָרן, אָדער וועלכע עס איז אַנדערע סעריעס, אין אַ צוציִענדיקן צײַטפֿאַרברענג. עס האָט אַקטיוויזירנט דעם חוש אָנצוקלײַבן אַ פֿאַרמעגן, וואָס בעסער אויספֿירן אַ פּעולה ביז מײַסטערשאַפֿט און דרך־אַגבֿ ברענגען צו אַ קאָנסאָלידאַציע פֿון אַ גרופּע חבֿרה שפּילער, וואָס פֿירן זיך אויף לויט האַרבע כּללים וואָס גילטן פֿאַר אַלעמען אָן אונטערשייד.
כּדי אָנטייל צו נעמען אין אָט דעם מאַרק פֿון קאַרטינקעס־שפּילער, איז דער ערשטער תּנאַי געווען אַז יעדער איינער פֿון אונדז קינדער זאָל זיך מטריח זײַן און מיט אַ פּאָר גראָשן אין דער האַנט צוגיין צו דעם נאָענטסטן קיאָסק און קויפֿן אַ זעקעלע מיט אַ פּאָר קאַרטינקעס. יעדער איינער, באַוואָפֿנט מיט אַזאַ קאַפּיטאַל, איז גלײַך געוואָרן אַ מיטגליד אין דער בערזע פֿון די אויסטוישן און שפּילן אין קאַרטינקעס. דער גלאַוונער ציל פֿון יעדן אָנטיילנעמער אין אַזאַ מין בערזע אויף אונדזער גאַס, איז געווען צונויפֿצוקלײַבן וואָס מער „פֿיגוריטאַס‟, אַרומגיין מיט פֿולע קעשענעס און פֿרײַוויליק אויסטוישן, מאַכן געשעפֿטן און שפּילן אין קאַרטינקעס, לויט אַזאַ כּלל: יעדע גלײַכע וואַנט וואָס שטייט, צום ווינציקסטנס, אַ מעטער די הויך אויף דער גאַס, איז געווען כּשר אָנצוהייבן די שפּיל.
צוויי צי דרײַ קינדער־קאַרליקעס, אַ מעטער די הויך, יעדער איינער פֿון זיי לויט דער ריי, האָט באַדאַרפֿט האַלטן אַ „פֿיגוריטאַ‟ מיט אַ פֿינגער אויף דער וואַנט, ווי הויך אָדער נידעריק ער האָט אויסגעמאַרקירט, כּדי ווען ער לאָזט אָפּ די קאַרטינקע, זאָל זי פֿאַלן אויפֿן טראָטואַר אין אַ באַשטימטער דיסטאַנץ פֿון דער וואַנט, לויט מעטאַפֿיזישע קאַלקולאַציעס וואָס האָבן זיך גערעכנט מיטן וואָג פֿון דער פֿיגוריטאַ, מיט דער ריכטונג פֿון די לופֿט־באַוועגונגען אין יענעם מאָמענט, און מיט דער צאָל קאָזשאַליקעס וואָס די קאַרטינקע וועט מאַכן אין דער לופֿטן איידער זי פֿאַלט אַראָפּ אויפֿן טראָטואַר.
דער ערשטער וואָס איז מצליח געווען פֿאַרדעקן מיט זײַן קאַרטינקע די קאַרטינקע פֿון זײַן חבֿר אויפֿן טראָטואַר, האָט גענומען די גאַנצע קאַסע פֿאַר זיך.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.