אין זײַן אַרטיקל „דאָס קורלענדער ייִדיש‟ האָט מאַקס װײַנרײַך געשריבן:
פֿאַרן קורלענדער ייִד איז די װעלט געװען אײַנגעטײלט אין באַלטישע פּראָװינצן (אײגנטלעך נאָר קורלאַנד מיט ריגע) און „זאַמעט‟. יעדער ייִד פֿון דער פֿרעמד איז געװען אַ “זאַמעטער”, אַפֿילו װען ער איז געקומען צו פֿאָרן פֿון קעשענעװ אָדער פֿון אירקוטסק. און װי דער שטײגער איז, האָבן קורלענדער געהאַלטן, אַז זײ זײַנען אײדעלער, קולטורעלער.”
אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער טאָפּאָגראַפֿיע הײסט „זאַמעט‟ דער מערבֿ־צפֿונדיקער טײל פֿון ליטע; די געגנט, װאָס גרענעצט זיך מיטן הײַנטיקן לעטלאַנד. אָבער בײַ װײַנרײַכס אַמאָליקע לאַנדסלײַט איז „זאַמעט‟ געװען דער נאָמען פֿאַרן גאַנצן ייִדישן תּחום־המושבֿ אין רוסלאַנד, װײַל דװקא קורלאַנד האָט צו דעם תּחום ניט געהערט.
אײדער קורלאַנד איז אַרײַן אין רוסלאַנד אין 1795, איז דאָס געװען אַ כּמו־אומאָפּהענגיקע מלוכה מיט אַן אַלטער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די קורלענדער ייִדן האָבן באַקומען דאָס װױנרעכט אין דער נײַער רוסישער פּראָװינץ אָבער קורלאַנד איז געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר אַנדערע רוסישע ייִדן. ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין קורלאַנד נאָך אין מיטלאַלטער, און געשפּילט אַן אַקטיװע ראָלע אין דער אָרטיקער װירטשאַפֿט. פֿון די דײַטשישע לענדער האָבן זײ מיטגעבראַכט ייִדיש, װאָס האָט דאָ געלעבט זײַט בײַ זײַט מיט דײַטשיש. דװקאַ דער דאָזיקער פֿענאָמען איז געװען די טעמע פֿון װײַנרײַכס פֿאָרשונג, װאָס בלײַבט עד־היום אַ װיכטיקער בײַטראָג אין דער ייִדישער לינגװיסטיק און קולטור־געשיכטע.
די משפּחה װײַנרײַך האָט געהערט צו דעם פֿאַרמעגלעכן קורלענדער מיטלשטאַנד. ביזן הײַנטיקן טאָג שטײט זײער שטוב אױף דער צענטראַלער גאַס פֿון דער שטאָט קולדיגאַ (דעמאָלט האָט די שטאָט געהאַט דעם דײַטשישן נאָמען גאָלדינגען), װאָס איז געװען אײנע פֿון די הױפּטשטעט פֿון דעם אַמאָליקן פֿירשטנטום. פֿון דער דאָזיקער שטאָט שטאַמט אױך דער חשובֿער ייִדישיסט זעליק קלמנאָװיטש אָבער זײַן הױז האָט מען נאָך ניט געפֿונען. הײַנט זײַנען אין דעם אַמאָליקן קורלאַנד פֿאַרבליבן בלױז געצײלטע ייִדן אָבער אין די שטעט און שטעטלעך קאָן מען נאָך אַלץ באַװוּנדערן פּרעכטיקע געבײַדעס פֿון שילן, מיקװאות, װי אױך בתּי־קבֿרות.
איך האָב באַזוכט קורלאַנד סוף יולי מיט אַ גרופּע תּלמידים און לערער פֿונעם זומער־סעמינאַר, װאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן דורכן מאָסקװער לערן־צענטער „ספֿר‟ און דער ריגער ייִדישער קהילה. איליה לענסקי, דער דירעקטאָר פֿונעם ריגער ייִדישן מוזײ און אַ גרױסער מומחה אױף דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין לעטלאַנד, האָט פֿאַר אונדז אַנטפּלעקט די רײַכע ירושה פֿון אָט דער קולטור. די פּרעכטיקע געבײַדעס פֿון שילן זאָגן עדות װעגן דעם אַמאָליקן װױלשטאַנד פֿון קורלענדער ייִדן. אַפֿילו די קלענערע קהילות מיט ניט מער װי אַ פּאָר טױזנט ייִדישע נפֿשות האָבן צומאָל אױפֿגעבױט שילן, װאָס פֿאַרבלײַבן דער גרעסטער בנין אין דער שטאָט. די לעטישע רעגירונג האָט אָפּגעגעבן אײניקע פֿון די דאָזיקע געבײַדעס, צװישן זײ — די שיל אין קולדיגאַ, צוריק אינעם רשות פֿון דער לעטישער ייִדישער קהילה. אָבער היות װי קײן ייִדן זײַנען אין דער שטאָט ניטאָ, האָט מען די געבײַדע אָפּגעגען דער אָרטיקער ביבליאָטעק בתּנאי, אַז מען װעט טײלװײַז רעסטאַװרירן דעם אינעװײניקן רױם פֿון דער שיל און מאַכן אַ שטענדיקע אױסשטעלונג װעגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן אין דער שטאָט.
די גאָלדענע תּקופֿה פֿונעם קורלענדער ייִדנטום האָט זיך געענדיקט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה אין 1915. װען די דײַטשישע אַרמײ איז געקומען נאָענט צו קורלאַנד, האָט די רוסישע מאַכט געהײסן אַרױסטרײַבן אַלע ייִדן פֿון דער גאַנצער גובערניע, סך־הכּל אַרום פֿערציק טױזנט מענטשן, װײַל מען האָט זײ חושד געװען אין העלפֿן די דײַטשן. װען לעטלאַנד איז געװאָרן אומאָפּהענגיק אין 1918, האָט מען געלאָזט ייִדן צוריקקומען, אָבער עקאָנאָמיש זײַנען זײ געװען חרובֿ. דער מצבֿ פֿון ייִדן אין לעטלאַנד צװישן די בײדע װעלט־מלחמות איז געװען בעסער אײדער אין ליטע, פּױלן אָדער רומעניע. די לעטישע רעגירונג האָט אַפֿילו געגעבן אַ מקום־מקלט דעם ליובאַװיטשער רבין, ר’ יוסף יצחק שניאורסאָן, װען די סאָװעטן האָבן אים אַרעסטירט אין 1927. דאָס צװײטע מאָל האָט לעטלאַנד אים געראַטעװעט פֿון װאַרשע, װען די נאַציסטן האָבן שױן אָקופּירט פּױלן. אין בײדע פֿאַלן איז דאָס געװען די פּעולה פֿונעם חשובֿן ייִדישן כּלל־טוער, דעם אָנפֿירער פֿון „אַגודת ישׂראל‟ — מרדכי דובין. אַלײן איז דובין געשטאָרבן אינעם סאָװעטישן גלות.
װעגן דעם ייִדישן חורבן אין קורלאַנד בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה דערמאָנען מאָנומענטן אױף די ערטער פֿון מאַסנמאָרד. אינעם װאַלד לעבן דעם שטעטל שאַבעלן (סאַבילע) האָט מען אױפֿגעשטעלט אַ דענקמאָל אין דער פֿאָרם פֿון אַ שטײן מיט 240 לעכער, לױטן צאָל ייִדן, װאָס זײַנען דערשאָסן געװאָרן דאָ דורך אָרטיקע מיטהעלפֿער פֿון די נאַציסטישע אָקופּאַנטן. הינטער דעם ייִדישן דענקמאָל געפֿינט זיך אַ גרוב, װאָס מען האָט שפּעטער אױסגעגראָבן איידער מע האָט אויסגעשאָסן די אָרטיקע ראָמאַ (ציגײַנער). אָבער דעם בירגערמײַסטער פֿונעם שטעטל האָט זיך אײַנגעגעבן צו ראַטעװען די ראָמאַ תּושבֿים, און די גרוב איז פֿאַרבליבן אָפֿן װי אַן אײביקע שטומע דערמאָנונג אינעם חורבן.
אַ מאָל האָבן ייִדישע דיכטער און שרײַבער װי איציק מאַנגער און דוד בערגעלסאָן דאָ אויפֿגעטראָטן. באַריכטן װעגן זײערע באַזוכן האָט מען געדרוקט סײַ אין דער ייִדישער צײַטונג „ריגער פֿרימאָרגען‟ סײַ אין דער רוסישער צײַטונג „סעגאָדניאַ‟. הײַנט װױנען אין לעטלאַנד אַרום צען טױזנט ייִדן און די פּרעכטיקע געבײַדע אינעם צענטער פֿון ריגע געפֿינט זיך איצט ווידער אין די הענט פֿון דער ייִדישער קהילה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.