צאינה־וראינה — קומט און זעט!

Tsene-Rene — Come and See For Yourself

Yehuda Blum

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published August 08, 2018.

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה זאָגט דער אייבערשטער דורך משה רבינו: זעט — „ראה‟: אויב איר הערט זיך צו צו די מיצוות, וועט איר באַקומען אַ ברכה, און אַז נישט, וועט איר פֿאַרשאָלטן ווערן.

ס׳איז גאַנץ פֿאַרשטענדלעך, אַז כּדי מקיים צו זײַן די מיצוות ווי עס דאַרף צו זײַן, מוז מען זיך קודם צוהערן צו זיי: זײ גוט אויסלערנען, באַטראַכטן און פֿאַרשטיין אויף וויפֿל מע קען. וואָס שייך די רעזולטאַטן פֿון אונדזער עבֿודת־השם, באַטאָנען די חז״ל, אַז דעם שׂכר־מיצוות באַקומט מען אויף יענער וועלט. פֿון דעסט וועגן, הייסט אונדז די תּורה זיי צו זען. דער טיטל פֿונעם באַרימטן טײַטש־חומש, „צאינה־וראינה‟, וואָס שטאַמט פֿון שיר־השירים, מיינט פֿאַקטיש דאָס זעלביקע: קומט און זעט.

ווי אַ מין וויזועלע רעאַליזאַציע פֿונעם ענין, האָט משה אָנגעזאָגט די ייִדן אַרויפֿצוגיין אויף צוויי באַשטימטע בערג, גלײַך ווען זיי קומען אַרײַן אין ארץ־ישׂראל, און צו דערקלערן דאָרטן אַ סעריע ברכות און קללות. די ברכות האָט מען געזאָלט זאָגן אויפֿן גרינעם, פֿרוכטבאַרן באַרג גריזים, און די קללות — אויפֿן וויסטן באַרג עיבֿל. הײַנט זעט מען נישט קיין גרויסן חילוק צווישן די דאָזיקע צוויי בערג; אַדרבה, דער הר־עיבֿל זעט אויס דווקא גרינער. ווײַזט אויס, דער מצבֿ מיט 3,000 יאָר צוריק איז געווען אַ פֿאַרקערטער.

ווײַטער וואָרנט משה, אַז די קרבנות וועלן ייִדן ברענגען בלויז אויף איין אָרט, וואָס דער אייבערשטער אַליין וועט פֿאַר זיי אויסקלײַבן, און אַז אַ פֿאַלשן נבֿיא קומט טויטשטראָף. באַקומט זיך, אַז באַלד נאָכן אָנזאָגן די בני־ישׂראל צו זען מיט די אייגענע אויגן די פּירות פֿון מיצוות, באַטאָנט דער נבֿיא, אַז למעשׂה איז עס נישט אַזוי פּשוט. קודם־כּל, מוז מען דורכפֿירן אַ ספּעציעלן ריטואַל אויף די בערג, כּדי צו פֿאַרשטיין בעסער די עצם־קאָנצעפּציע. דערצו, מוז מען באַשטראָפֿן די פֿאַרפֿירער, טאָמער זיי פֿאַרשטעלן עבֿירות פֿאַר מיצוות. אויב מע וואָלט געקאָנט גלײַך זען דעם רעזולטאַט, וואָלט אַ נבֿיא־שקר נישט געקאָנט אַזוי גרינג פֿאַרפֿירן דעם עולם. מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר געלייענט וועגן אַ גאַנצער ריי גשמיותדיקע ברכות, אָבער דאָרטן שטייט נישט געשריבן, אַז מע וועט זיי באַקומען תּיכּף אויפֿן אָרט. וואָס פֿאַר אַ מין ברכה קאָן מען גלײַך דערזען?

צוויי מאָל ווערט אין דער הײַנטיקער פּרשה באַטאָנט „לא תּעשׂון כּן לה׳ אלוקיכם‟ — איר זאָלט נישט טאָן אַזוי צו אײַער באַשעפֿער. מיינען מיינט עס די קרבנות, וואָס די געצן־דינער אין ארץ־כּנען פֿלעגן ברענגען וווּ נאָר זײ האָבן געװאָלט. כּדי זיי נישט נאָכצומאַכן, האָט דער אייבערשטער געהייסן דווקא פֿאַרקערט: אויפֿצושטעלן דעם בית־המיקדש אויף איין צענטראַליזירט אָרט, וווּ די כּהנים זאָלן דורכפֿירן זייער עבֿודה אויף אַ זייער ספּעציפֿישן, שטרענג פֿאָרגעשריבענעם אופֿן.

אין זײַן באַקאַנטן ספֿר „איש ההלכה‟ דערמאָנט הרבֿ יוסף־דובֿ סאָלאָווייטשיק די קרבנות ווי אַ גוטן בײַשפּיל פֿון זײַן ראַציאָנאַליסטישן צוגאַנג צו ייִדישקייט. לויט זײַן שיטה, דאַרף מען האָפֿן בײַם פּסחדיקן סדר, אַז ווען משיח וועט קומען, וועט „דאָס גאַנצע וועזן פֿאַרשקלאַפֿט ווערן אינעם יאָך פֿון דער הלכה‟. הײַנט פֿעלן די גשמיותדיקע קרבנות, אָבער מע דאַרף חלומען זיי צו ברענגען אויף אַ בוכשטעבלעכן אופֿן כּהלכה.

להיפּוך, קאָן די חסידישע פּערספּעקטיוו שטאַרק פֿאַרחידושן אַ נאָכפֿאָלגער פֿון סאָלאָווייטשיקס שיטה. דער דינעווער רבי, צום מערסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿונעם קלאַסישן ספֿר „בני ישׂשׂכר‟, טײַטשט אָפּ דעם דערמאָנטן פּסוק אויף אַ גאַנצער ריי פֿאַרשיידענע אופֿנים אין זײַן אַנדער באַקאַנט ווערק, „אגרא דכּלה‟. ווען דער באַשעפֿער זאָגט „לא תּעשׂון כּן‟, מיינט עס, אַז צומאָל איז כּדאַי צו מאַכן אַ „כּן‟ פֿון אַ „לא‟ (אַ „יאָ‟ פֿון אַ „ניין‟), צו פֿאַרוואַנדלען לשם־שמים אַ פֿאַרבאָט אין אַ מיצווה.

אינעם וואָרט „כּן‟ שטעקט אויך אַ נעגאַטיווער עלעמענט פֿון פֿאַרגליווערטקייט. „לא תּעשׂון כּן‟ – מאַכט זיך נישט פֿאַרגליווערט, זאָגט נישט צו אָפֿט „יאָ‟. אַ מיצווה קאָן אין אַ געוויסער סיטואַציע פֿאַררעכנט ווערן פֿאַר אַן עבֿירה, דערפֿאַר מוזט איר זיך פֿאַרלאָזן אויף אײַער אייגענער אינטויִציע. אויב איר האָט טאַקע געטאָן אַן עכטע עבֿירה, באַטאָנט דער צדיק ווײַטער, קאָן פֿון אײַער „לא‟ נאָך אַלץ ווערן אַ „כּן‟. ווען מע טוט תּשובֿה מיטן גאַנצן האַרצן, קאָן די עבֿירה אַליין זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ זכות.

ביידע שיטות, פֿון הרבֿ סאָלאָווייטשיק און פֿונעם דינעווער רבין, קאָנען נישט אַלעמאָל דינען ווי פּראַקטישע עצות. מע קאָן אָבער זאָגן, אַז די עצם־מעגלעכקייט פֿון אַזעלכע היפּוכדיקע צוגאַנגען צו די זעלבע תּורה־ענינים ווײַזט, ווי אַזוי מיר קאָנען טאַקע זען, אין אַ געוויסער מאָס, דעם רעזולטאַט פֿון אונדזער עבֿודת־השם. דאָס געטלעכע ליכט, וואָס אַנטפּלעקט זיך אין אונדזער נשמה איז אַליין דער שׂכר. אויב אײַער האַרץ ברענט צו לעבן ווי אַ סאָלדאַט צי אַ „ראָבאָט‟ – געזונטערהייט, כּל־זמן אײַער כּסדרדיקע דרך־עבֿודה ברענגט דאָס געטלעכע ליכט אין אײַער האַרצן און איר ווערט נישט פֿאַרוואַנדלט ממש אין אַ קאַלטער מאַשין.

אויב איר זענט אַ דינאַמישער מענטש און פֿאַרלאָזט זיך מער אויף אײַערע פּערזענלעכע געפֿילן – אויך געזונטערהייט. געדענקט אָבער, אַז אינטויִציע מיינט נישט הפֿקר, און אַז דאָס באַלויכטונג־געפֿיל קאָן זײַן סכּנותדיק פֿאַלש. די תּורה וואָרנט דאָך אונדז, אַז אַ פֿאַלשער נבֿיא קאָן שרעקלעך פֿאַרפֿירן. פֿון דעסט וועגן, זאָגט אָן דער רבונו־של־עולם, אַז אינעם אינערלעכן גײַסטיקן זין, אינעם נחת פֿונעם מיצווה־טאָן, קאָנט איר שוין פֿאַרזוכן די פּירות פֿון אײַערע מעשׂים־טובֿים.