אין די לעצטע פּאָר יאָר האָט זיך צעוואַקסן דער אינטערעס צו דער ייִדיש־שפּראַכיקער קינדער־ליטעראַטור. עס איז, למשל, אַרויס נעמי פּראַווער־קדרס שטודיע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער־זשורנאַלן. ד׳׳ר מרים יודל אַרבעט שוין עטלעכע יאָר אויף אַ ריזיקער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע קינדער־דערציילונגען אין דער ענגלישער איבערזעצונג, וואָס דער פֿאַרלאַג בײַם „ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט‟ וועט אַרויסלאָזן אין 2019.
דערצו, האָט „יוגנטרוף יונגט פֿאַר ייִדיש‟ לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז די אָרגאַניזאַציע וועט במשך פֿון די קומענדיקע יאָרן אַרויסגעבן אַ ריי ייִדישע קינדער-ביכער אין באַנײַטע צוויישפּראַכיקע אויפֿלאַגעס. און אין שוועדן גיט מען אַרויס נײַע קינדער־ביכער אויף ייִדיש. דאָס אַלץ, פֿאַרשטייט זיך, נעמט ניט אַרײַן אין באַטראַכט דעם כּסדר־וואַקסנדיקן מאַרק פֿאַר ייִדישע קינדער־ביכער אויף דער חסידישער גאַס.
אין מיטן פֿון דעם אַלעם איז לעצטנס אַרויס די ידיעה, אַז ניט מער און ניט ווייניקער ווי Penguin Random House, איינער פֿון די גרעסטע פֿאַרלאַגן אויף דער וועלט, וועט אַרויסלאָזן אַ נײַע אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין נײַע ענגלישע איבערזעצונגען. די זאַמלונג „אינעם לאַנד פֿון פֿריילעכע טרערן — ייִדישע מעשׂיות פֿאַר מאָדערנע צײַטן‟, ווערט רעדאַקטירט פֿון ד׳׳ר דוד שטראָמבערג, אַ ליטעראַטור־פֿאָרשער און איבערזעצער וואָס איז אויך באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס ווי דער ליטעראַרישער בעל־יועץ פֿון יצחק באַשעוויס׳ ליטעראַרישן עזבֿון. די אַנטאָלאָגיע, וואָס ברענגט צונויף 18 קורצע דערציילונגען און מעשׂהלעך, וועט אַרויסגעלאָזט ווערן אין סעפּטעבמער.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער דערשײַנונג פֿון דער אַנטאָלאָגיע אָרדנט דער „ייִוואָ‟ מיטוואָך, דעם 7טן אָקטאָבער, אײַן אַ פֿײַערלעכע פּראָגראַם, אין וועלכן מע וועט פֿאָרלייענען פֿונעם בוך און הערן רעדעס וועגן דעם פּראָצעס פֿון איבערזעצן די דערציילונגען. ד׳׳ר דבֿורה קאַפּלאַן וועט זײַן דער קאָנפֿערענסאַניע פֿונעם אָוונט, און ד׳׳ר דוד שטראָמבערג וועט רעדן פֿאַרן עולם.
די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. דער אײַנטריט איז בחינם. נאָך אינפֿאָרמאַציע באַזוכט: https://www.yivo.org/Yiddish-Tales-for-Modern-Times.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.