אין משך פֿון די לעצטע דרײַ יאָר האָב איך באַזוכט עטלעכע ייִדיש־קאָנפֿערענצן, בעיקר אין ירושלים, מוז איך זאָגן אַז עס איז באַזונדערס רירנדיק אָפּצוגעבן אַ באַריכט וועגן אַזאַ אונטערנעמונג דווקא פֿון טשערנאָוויץ, וווּ מיט 110 יאָר צוריק איז פֿאָרגעקומען די ערשטע ייִדיש־שפּראַכלעכע קאָנפֿערענץ.
טשערנאָװיץ, באַרימט אונטערן נאָמען „ירושלים ד’בוקאָווינע‟, איז געװען די היימשטאָט פֿון גרויסע ייִדישע לערערס, שרײַבערס, דיכטערס, זינגערס און אַקטיאָרן; צווישן זיי — אליעזר שטיינבאַרג, יוסף בורג, מרדכי שעכטער, ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, סידי טל, װי אויך דער איניציאַטאָר און אײנער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער הײַיאָריקער קאָנפֿערענץ: דער הײַנצײַטיקער „נתן בירנבוים‟, פּראָפֿ’ וואָלף מאָסקאָוויטש פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט. דער ייִדישער שרײַבער און דענקער נתן בירנבוים איז געווען דער אָרגאַניזירער פֿון דער ערשטער טשערנאָװיצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין 1908.
די אינטערנאַציאָנאַלע אַקאַדעמישע קאָנפֿערענץ פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור, װאָס מע האָט ברייטהאַרציק אָרגאַניזירט כּיד־המלך און מיט אַ שעפֿערישער פֿרײַנדלעכער אַטמאָספֿער, איז פֿאָרגעקומען צווישן דעם 6טן און 10טן אויגוסט 2018 אינעם פּרעכטיקן בנין פֿון טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט, וואָס איז פֿאַר זיך אַליין אַ מיטל־עלטערדיקער אַרכיטעקטור־אוצר.
די קאָנפֿערענץ איז געווען טראַנסמיטירט איבער דער גאַנצער וועלט דורכן דירעקטן עטער. זי איז געװען אַ טייל פֿון אַ גרעסערער געשעעניש אין אוקראַיִנע, „די טעג פֿון בוקאָווינע‟ — אַ רײַכע קולטור־פּראָגראַם װעגן דער ייִדיש־בוקאָווינער טעמאַטיק, װאָס האָט אײַנגעשלאָסן קאָנצערטן אויף ייִדיש און אוקראַיִניש, אַ ייִדישער קינאָ־פֿעסטיוואַל, אַן אויסשטעלונג פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין „טשערנאָוויצער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק‟, פּאָעטישע אָוונטן און עקסקורסיעס אין די אַמאָליקע ייִדישע שטעטלעך סאַדעגערע און וויזשניץ, אָרגאַניזירט ספּעציעל פֿאַר די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ.
אין דער זעקס־טאָגיקער קאָנפֿערענץ האָבן אָנטייל גענומען די פֿאָרשטייערס פֿון עלף מדינות. ייִדישע שרײַבערס, פֿאָרשערס פֿון ייִדיש, פּראָפֿעסאָרן, דאָקטאָרן, ייִדיש־סטודענטן און קולטור־טוערס האָבן פֿאָרגעלייענט, אין סך־הכּל, 34 רעפֿעראַטן אויף ענגליש, אוקראַיִניש, רוסיש און ייִדיש. צווישן זיי זײַנען געווען פּראָפֿ’ הירשע־דוד כּ׳׳ץ, פּראָפֿ’ ארמין איידהער (עסטרײַך), פּראָפֿ’ וואַלערי דימשיץ (רוסלאַנד), באָריס סאַנדלער (ניו־יאָרק), דניאל גלאי, ד”ר משה לעמסטער, ד”ר לאה גאַרפֿינקל און יוחנן ראן זינגער (ישׂראל), ד”ר מאָניקאַ שאַבלאָווסקאַ־זאַרעמבאַ (פּוילן), אַלטי ראָדאַל פֿון קאַנאַדע, לעאָניד פֿינבערג און אַנאַטאָלי קירזשנער (אוקראַיִנע) ווי אויך די טאַלאַנטירטע סטודענטן דזשאָש פּרײַס פֿון קאָלאָמביע־אוניבערסיטעט און דניאלה מאַוער פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, און קולטור־טוערס פֿון רוסלאַנד: מיכאַיִל טשלענאָוו, אַלעקסאַנדער פֿרענקעל און יעפֿים מלמד.
אַ דאַנק אַזאַ בולטער פֿיל־שפּראַכיקייט און מולטי־קולטוראַליזם, נאַטירלעך און סימבאָליש פֿאַר דער דאָזיקער געגנט, זענען מקוים געװאָרן די ווערטער פֿונעם טשערנאָוויצער דיכטער מאיר חרץ, וואָס האָט געחלומט אויסקלינגען זײַן ייִדיש ליד „צוזאַמען מיט הונדערט אַנדערע לידער, די שפּראַכן זאָלן פֿאַרשטיין איינע די צווייטע‟. איינע פֿון זײַנע שענסטע לידער איז פֿון ס’נײַ אויפֿגעלעבט געוואָרן אין מאַרינע יעקובאוויטשעס און לעוו סאַנדיוקס קאָנצערט.
דער געװעזענער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרװערטס, באָריס סאַנדלער, האָט געװיזן זײַן דאָקומענטאַר־פֿילם „קאַפּיטלעך ייִדיש־טשערנאָוויץ‟, װאָס גיט איבער די װיכטיקסטע ייִדישע מאָמענטן אין דער געשיכטע פֿון דער שטאָט װי אויך דער קוקװינקל פֿון פּראָפֿ’ מאָסקאָוויטש און אַנדערע פֿון אונדזערע באַליבטסטע בוקאָװינער קולות.
לויט די באַזונדערס פֿרייענדיקע, האַרציקע רעפֿעראַטן פֿון די טשערנאָוויצער פֿאָרשערס אירענאַ יאַוואָרסקאַ, פּעטראָ ריכלאָ און דראַגאַש אָלאַרו, מאַריאַ ניקאָרסאַ און אינאַ דוטשאַק, קאָן מען פּסקענען אַז די פֿאַר־ און נאָך־מלחמהדיקע ייִדישע קולטור פֿון טשערנאָוויץ ווערט גרידנלעך אויסגעפֿאָרשט. אויך די ייִדישע דיכטערס, וועלכע האָבן געשריבן אויף דײַטש — פּאַול צעלאַן, ראָזע אויסלענדער און זעלמאַ מערבוים־אײַזענבערג, זײַנען בכּבֿודיק דערמאָנט געוואָרן.
בעת אַן אינטערװיו האָט דער באַקאַנטער איבערזעצער פּראָפֿ’ ריכלאָ (טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט) דערציילט, אַז נאָכן פֿונאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט דער יונגער דור דורכגעמאַכט ממש אַ קולטור־שאָק בײַם אַנטפּלעקן די ריזיקע ראָלע װאָס די ייִדן האָבן געשפּילט אינעם בוקאָווינער קולטור־לעבן און ווי טיף פֿאַרבונדן זײַנען די אוקראַיִנישע און ייִדישע קולטורן.
די קאָנפֿערענץ האָט ניט געהאַט קיין באַשטימטע טעמע אָבער מע האָט פֿאָרגעשטעלט אַ צאָל רעפֿעראַטן אויף לינגוויסטישע טעמעס פֿונעם העכסטן וויסנשאַפֿטלעכן ניוואָ — אַ זאַך װאָס פּראָפֿ’ מאָסקאָוויטש האָט באַטראַכט פֿאַר אַ גרויסער מעלה און אַן אמתער הצלחה פֿון דער קאָנפֿערענץ. בײַם לינגוויסטישן טייל פֿון פּראָגראַם האָבן גערעדט פּראָפֿ’ מאָסקאָוויטש, פּראָפֿ’ בוניס (ירושלים), פּראָפֿ’ סטעפֿען קראָג (דענעמאַרק), חיה נווה (ניו־יאָרק), קריסטאַ אסתּר שענדרוי (לאָנדאָן), מרים שולץ (ניו־יאָרק) און פּראָפֿ’ סיריל אסלאנאוו (עקס-אן-פראוואנץ).
בײַ אײן פּאַנעל, למשל, געווידמעט דעם הײַנטיקן חסידישן ייִדיש, האָבן גערעדט קראָג, נווה און שענדרוי. פֿון קראָגס רעפֿעראַט האָבן מיר זיך דערװוּסט אַ סך טשיקאַווע פּרטים וועגן דעם גערעדטן ייִדיש פֿון די סאַטמערער חסידים אין ניו־יאָרק — הײַנט אײנע פֿון די גרעסטע חסידישע גרופּעס אויף דער װעלט. אין זײַן לעקציע האָט ד״ר קראָג גערעדט וועגן זײערע באַזונדערע שפּראַכלעכע שטריכן און װעגן דער געשיכטע, אַנטוויקלונג און פֿאָרשונג פֿון סאַטמערער ייִדיש. דער באַזונדערער ווערטער־אוצר פֿון זייער מאַמע־לשון, למשל, באַשטײט פֿון אַ באַדײַטנדיקן טייל פֿון לשון־קודש.
אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 100סטן יאָר זינט דער ערשטער טשערנאָװיצער ייִדיש־קאָנפֿערענץ, איז שוין, אַגבֿ, פֿאַרגעקומען אין טשערנאָוויץ אין 2008. אויף דער פֿראַגע, װי איז די איצטיקע קאָנפֿערענץ אַנדערש פֿון דער פֿריִערדיקער האָט ד”ר מרדכי יושקאָווסקי — דער אוקראַיִנע־געבוירענער ייִדיש־פֿאָרשער און מיט־אָרגאַניזירער פֿון דער איצטיקער קאָנפֿערענץ – געענטפֿערט:
„דאָס מאָל איז אונדזער ציל געווען דורכצופֿירן אַ מאַסיווע קאָנפֿערענץ אויף אַ הויכן אַקאַדעמישן ניוואָ. דערפֿאַר האָבן מיר דערלויבט די פֿאָרשערס צו רעדן אויף די שפּראַכן, וועלכע זײַנען זיי באַקוועם. איך בין צופֿרידן אַז מיר האָבן דערגרײכט דעם ציל, אַ דאַנק פּראָפֿ’ מאָסקאָוויטש וואָס האָט אין די לעצטע חדשים אָפּגעלייענט די רעפֿעראַטן װאָס מע האָט אים צוגעשיקט פֿון דער גאַנצער וועלט. אָבער לויט מײַן מיינונג איז דער הויכער וויסנשאַפֿטלעכער ניוואָ אפֿשר אָנגעקומען שװער דעם ברייטערן עולם.‟
יושקאָװסקי האָט געהאַלטן די רעפֿעראַטן אויף די ליטעראַרישע טעמעס פֿאַר זייער וויכטיק, אינטערעסאַנט און גוט פּרעזענטירט, „אָבער איך וואָלט געוואָלט אויך הערן רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער פּעדאַגאָגיק, פֿאָלקלאָר און טעאַטער, וואָס זאָלן שאַפֿן עפּעס אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער ייִדישער אַקאַדעמיע מיט די סתּם ייִדיש־רעדערס.‟
במשך פֿון עטלעכע שמועסן מיט פּראָפֿ’ הירשע־דוד כּ׳׳ץ וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש האָט ער געזאָגט אַז די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 2018 איז טאַקע געװען אַן ערנסטע קולטור־דערשײַנונג. ווי אַן אַקאַדעמישער געביט אין די לעצטע 20 יאָרן איז ייִדיש אַדורך גאָר אַ שווערע תּקופֿה: אַ ריי קאַטעדרעס זײַנען פֿאַרמאַכט געוואָרן אָדער מע האָט זײ אַריבערגעפֿירט אויף אַלגעמיינערע קעגנשטאַנדן, ווי יודאַיִק אָדער ליטעראַטור. די ליטעראַטור־פֿאָרשונג איז הײַנט געװאָרן דער שטאַרקסטער קאָמפּאָנענט פֿונעם ייִדישן אַקאַדעמישן געביט; די אַנדערע קאָמפּאָנענטן, פֿאַרבונדענע מיטן לעבן און וווּקס פֿון דער ייִדישער שפּראַך גופֿא, זײַנען צום באַדויערן כּמעט אונטערגעגאַנגען. אַ דאַנק פּראָפֿ’ מאָסקאָוויטש איז די ייִדישע פֿילאָלאָגיע אינעם „באָראָכאָווישן‟ זינען — פֿאָרשן וועגן ייִדיש, אויף ייִדיש און מיטגלויבן אין דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש — אויפֿגעלעבט געוואָרן אויף דער דאָזיקער קאָנפֿערענץ.
ייִדיש שטייט פֿאַר אַ קריזיס אין אַקאַדעמישן און ליטעראַרישן זין. עס איז נאָך וויכטיקער ווען אַזאַ קאָנפֿערענץ קומט צו באַגײַסטערן ווײַטערדיקע אויפֿטוען. אָפּשאַצנדיק די קאָנפֿערענץ דאַרף מען טראַכטן ווי דאָס קען אינספּירירן די צוקונפֿט. פֿון איין זײַט זײַנען זעקס רעפֿעראַטן אויף ייִדיש נישט ווייניק; אויף אַ סך אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן פֿון די לעצטע יאָרן איז ניטאָ קיין איין רעפֿעראַט אויף ייִדיש. קען דאָס זײַן אַן אינספּיראַציע. אויב דאָס מאָל זײַנען געװען זעקס רעפֿעראַטן אויף ייִדיש, קאָן עס דעם קומענדיקן מאָל וואַקסן ביז צען. דער עיקר איז אַז ייִדיש האָט פֿיגורירט װי איינע פֿון די לעבעדיקע שפּראַכן פֿון דער קאָנפֿערענץ.
„עס האָט מיך געפֿרייט צו זען יונגע גראַדויִרטע סטודענטן פֿון צפֿון־אַמעריקע, מערבֿ־אייראָפּע און ישׂראל, וואָס פֿאַרטיפֿן זיך אין ייִדישע ענינים און לערנען זיך בשעת־מעשׂה די לעבעדיקע שפּראַך אויכעט,‟ האָט ד״ר כּ׳׳ץ באַמערקט. „איך האַלט אַז די ראָמאַנטיק און דער גײַסט פֿון טשערנאָוויץ קענען דינען אַלס אינספּיראַציע, אַז מיר מעגן זײַן שטאָלץ צו אַרבעטן פֿאַר ייִדיש, צו שרײַבן אויף איר — נישט נאָר וועגן איר. האָף איך אַז אַ צאָל ייִנגערע מענטשן וואָס זײַנען געקומען אַלס צוהערערס, האָבן זיך גוט באַקענט מיטן גײַסט פֿון ייִדיש, צי מע רופֿט דאָס ייִדיש, צי מע רופֿט דאָס אהבֿת־ישׂראל און אהבֿת־ייִדיש, צי מע רופֿט דאָס אַנדערש. האַלט איך אַז די קאָנפֿערענץ איז אַ גרויסער דערפֿאָלג און אַ פֿענאָמען אין אונדזער הײַנטיקער לאַגע. אויף דער קומענדיקער קאָנפֿערענץ לאָמיר האָפֿן אויף אַ ווײַטערדיקן אויפֿבלי סײַ אין אַקאַדעמישן, סײַ אין געזעלשאַפֿטלעך־קולטורעלן לעבן. הלוואי!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.