די פּאָפּולערע קאַפּעליע „ראָדזשערס־פּאַרק‟, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר אוניקאַל געמיש פֿון אַמעריקאַנער פֿאָלקראָק־מוזיק און ייִדישע ניגונים, האָט לעצטנס אַרויסגעלאָזט אַ נײַעם אַלבאָם פֿון ייִדישע לידער.
די קאַפּעליע באַשטייט פֿון צוויי חב׳׳ד־חסידים, מאָרדי קורץ און יוסף פּייסין, וואָס האָבן אַ בפֿירוש־היפּסטערישן מוזיקאַלישן סטיל און אויסזען. אין זייער פּרעסע־קאָמוניקאַט גיבן קורץ און פּייסין צו פֿאַרשטיין, אַז זינט זיי האָבן אָנגעהויבן אַרײַנצונעמען לידער אויף ייִדיש אין זייער רעפּערטואַר, האַלט מען אין איין בעטן, מע זאָל רעקאָרדירן וואָס מער ייִדישע לידער מיט אַ מאָדערנעם קלאַנג.
אַזוי אַרום האָבן זיי געשאַפֿן דעם אַלבאָם „פּעטערסבורג‟, וואָס בינדט צונויף אַ ריי פּאָפּולערע ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט חב׳׳ד־ניגונים, באַפֿעפֿערט מיטן אַמעריקאַנער היפּסטער־קלאַנג. דער הויפּט־סינגל פֿונעם נײַעם אַלבאָם איז אַ פֿאָלקראָק נוסח פֿון שמערקע קאַטשערגינסקיס ליד „זאָל שוין קומען די גאולה‟. דער מוזיק־ווידעאָ פֿונעם ליד, וואָס ווײַזט ווי ייִדן טאַנצן אויף דער גאַס לעבן לאָזונגען וואָס רופֿן צו ברענגען „משיח איצט‟, איז געוואָרן זייער פּאָפּולער — מע האָט אים שוין געזען מער ווי 343,804 מאָל. כאָטש קאַטשערגינסקי, אַ פֿאַרברענטער אַטעיִסט, וואָלט אַליין זיכער ניט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס חב׳׳דניקעס מאַכן פֿון זײַן „זאָל שוין קומען די גאולה‟ אַ קירובֿ־ליד, איז די קוואַליטעט פֿון דער מוזיק זייער אַ הויכער.
די קאַפּעליע שטרעבט צו „ברענגען ייִדיש צוריק‟ און נוצט די דאָזיקע לאָזונג ווי אַ „העשטעג‟ צו צעפּויקן דעם אַלבאָם אויף „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. אַ פּנים רופֿט עס זיך אָפּ אויפֿן פֿאַקט, אַז אין די חב׳׳ד־קהילות באַטראַכט מען ניט ייִדיש פֿאַר „קיל‟ און אַחוץ „ראָדזשערס־פּאַרק‟ הערט מען זעלטן ווען אויף אַ חב׳׳ד־שׂימחה, אַז אַ יונגער מוזיקער זאָל זינגען אַ ייִדיש־ליד.
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם אַלבאָם: //www.rogersparkband.com/.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.