דער העברעיִשער דיכטער חיים לענסקי (1905–1943) האָט געהאַט אַ טראַגיש לעבן. נאָך דעם װי זײַנע עלטערן האָבן זיך געגט איז ער אױפֿגעװאַקסן אין אָרעמקײט בײַ באָבע־זײדע לעבן סלאָנים, הײַנט אין װײַסרוסלאַנד, און שטודירט אַ יאָר אין דעם העברעיִשן לערער־סעמינאַר אין װילנע.
אין 1923 האָט ער געמאַכט אַ גורלנדיקן באַשלוס צו גײן איבער דער גרענעץ קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אין 1925 האָט ער זיך באַזעצט אין לענינגראַד. דאָ האָט ער געאַרבעט אױף אַ פֿאַבריק און געשריבן העברעיִשע לידער. לענסקי האָט דאָרט געהאַט אַ קלײניטשקע לײענערישע סבֿיבֿה, װאָס איז געװען ביכלות אָפּצושאַצן די מהודרדיקע שײנקטײט פֿון זײַן דיכטונג. אין 1934 איז ער אַרעסטירט געװאָרן פֿאַרן „פֿאַרברעכן‟ פֿון שרײַבן אױף העברעיִש, און האָט פֿאַרבראַכט פֿינף יאָר אין גולאַג. מען האָט אים באַפֿרײַט אין 1939, און װידער אַרעסטירט אין 1941. דעם צװײטן טערמין אין סטאַלינס גולאַג האָט ער שױן ניט אױסגעהאַלטן. סך־הכּל איז ער געװען 37 יאָר אַלט.
לענסקיס לידער זײַנען געװען באַקאַנט אין ארץ־ישׂראל און חיים נחמן ביאַליק האָט זײ הױך אָפּגעשאַצט. אין לענינגראַד האָבן זײַנע חסידים אָפּגעהיט זײַן פּאָעטישע ירושה און סוף־כּל־סוף זי אַריבערגעשמוגלט קײן ישׂראל. לענסקיס ערשט בוך איז אַרױס אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1939, און זינט דעם זײַנען פֿאַרעפֿנטלעכט געװאָרן עטלעכע זאַמלונגען פֿון זײַן פּאָעזיע. ער איז אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון דער העברעיִשער קולטור װי אַ העלדישער אַסיר־ציון, װעלכער איז אומגעקומען על־קידוש־לשון־קדוש. מען האָט זײַנע לידער געלױבט פֿאַר זײער װירטואָזישקײט און פֿאַר דער רײַכקײט פֿון זײַן העברעיִש לשון, אָבער לענסקי איז פֿאָרט פֿאַרבליבן אױפֿן ראַנד פֿונעם כּלל־װעג פֿון דער העברעיִשער דיכטונג.
די נײַע אױפֿגאַבע פֿון לענסקיס „כּל השירים‟, װאָס איז אַרױס אין מוסד־ביאַליק אין 2016 אונטער דער זאָרגעװדיקער רעדאַקציע פֿון ורד אריאל־נהרי, באַשטעטיקט לענסקיס שם װי אײנער פֿון די קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער דיכטונג. דער ליטעראַטור־פֿאָרשער דן מירון שרײַבט אין זײַן װאָגיקן נאָכװאָרט: „מיר דאַרפֿן, װי װײַט עס איז מעגלעך, אונטערשײדן צװישן לענסקיס לידער און דער שרעקלעכער געשיכטע פֿון זײַן לעבן און טױט.‟ לענסקי אַלײן, דערקלערט מירון, האָט זיך באַמיט „אָפּצושטױסן פֿון זיך די אימה פֿון זײַן לעבן און טױט און צו האַלטן זיך מיט אַלע כּוחות בײַ דער שײנקײט פֿון לידער‟. מיט אַנדערע װערטער, מען דאַרף אָפּשאַצן לענסקי קודם־כּל פֿאַר זײַן דיכטונג און ניט פֿאַר זײַנע יסורים און זײַן געטרײַשאַפֿט דער העברעיִשער שפּראַך.
ניט געקוקט אױף אַלע צרות װאָס לענסקי האָט געמוזט אױסשטײן, איז ער געװען זײער פּראָדוקטיװ און שעפֿעריש. די איצטיקע פֿולע זאַמלונג נעמט אַרײַן בערך צװײ הונדערט פֿופֿציק לידער און לענגערע פּאָעמעס. דערבײַ דאַרף מען נעמען אין באַטראַכט, אַז ניט אַלע לידער זײַנע האָבן זיך אָפּגעהיט, בפֿרט די, װאָס ער האָט פֿאַרפֿאַסט אין תּפֿיסה און לאַגער. אָבער דװקא דער לאַגער־פּעריאָד צװישן 1934 און 1939 איז געװען, לױט מירונס דעה, דער סאַמע שעפֿערישסטער. דעמאָלט האָט לענסקיס דיכטערישער כּוח דערגרײכט די העכסטע מדרגה פֿון שלמות.
לענסקי איז געװען אַ מײַסטער פֿונעם דיכטערישן סטיל. ער האָט צוגעפּאַסט קאָמפּליצירטע אײראָפּעיִשע פֿאָרמעס, ריטמען און מאָסן צו דעם העברעיִשן פֿערז. דערבײַ האָט ער זײער גוט געקענט די ליטעראַטור, אָנהײבנדיק פֿונעם תּנ”ך ביז די װערק פֿון זײַנע מיטצײַטלער. זײַנע לידער לאָזן זיך ניט לײענען אױף גיך צוליב זײַן רײַכן װאָקאַבולאַר, זײַן באַניץ פֿון זעלטענע װערטער, דער קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק, און דער שפֿע פֿון אַלוזיעס און רמזים. אָבער װען מען איז משׂיג לענסקיס אַ ליד אין זײַן גאַנצקײט, זעט מען פֿאַר זיך אַן אױסגעשפּראָכן מוסטערװערק פֿון דער פּאָעטישער קונסט, װאָס שמעלצט צונױף קלאַנג, ריטעם און אינהאַלט.
לענסקי איז געװען גוט באַהאַװנט אין דער רוסישער, פּױלישער, דײַטשישער און ייִדישער דיכטונג. זײַן ערשטע פּאָעמע „ליטא‟, אַן אידיליש בילד פֿון זײַן אָרעמער קינדהײט, פֿאַרמאָגט צװײ עפּיגראַפֿן, פֿון דעם דײַשטישן דיכטער הײַנריך הײנע: „מײַן קינד, מיר זײַנען געװען קינדער!‟, און פֿונעם פּױלישן דיכטער אַדאַם מיצקעװיטש, „ליטע, מײַן פֿאָטערלאַנד!‟. די פּאָעטישע פֿאָרם פֿובעם ליד, די מאָס און די סטרוקטור פֿון גראַמען, האָט לענסקי געבאָרגן בײַ „יעװגעני אָנעגין‟ פֿונעם רוסישן דיכטער אַלעקסאַנדער פּושקין. אין דעם זין, באַמערקט מירון, איז „ליטא‟ ענלעך אױף פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע „װאָלין‟. דער רעזולטאַט פֿון אָט דער שעפֿערישער שמעלצונג איז אָבער אַן עכטע העברעיִשע פּאָעמע, פֿול מיט זיסער נאָסטאַלגיע און איראָנישער שפּילעװדיקײט.
לענסקיס לענינגראַדער לײענער זײַנען אױך געװען גוט אָנגעלײענט אין די אַלע ליטעראַטורן און זײַנען דערפֿאַר געװען ביכולות אָפּצושאַצן זײַן שאַפֿונג װי עס געהערט צו זײַן. בײַם הײַנטיקן לײענער אין ישׂראל איז דאָס צומאָל שװערלעך, און דאָ קומט צו הילף דער אַרטיקל װעגן לענסקי און דער רוסישער דיכטונג פֿון דעם ליטעראַטור־פֿאָרשער עמינדבֿ דיקמאַן. דיקמאַן אַנטפּלעקט, װי אַזױ לענסקי האָט צוגעאײגנט און איבערגעאַרבעט געװיסע טעמעס, סטיליסטישע מיטלען און פֿאָרמעלע עלעמענטן פֿון דער רוסישער דיכטונג, דער עיקר פֿון פּושקין. ניט צופֿעליק פֿאַלט לענסקיס דיכטערישער נאָמען (זײַן פֿאָטערס נאָמען איז געװען שטײנזאָן, אָבער פֿאַר זײַנע לידער האָט ער גענומען זײַן מאַמעס נאָמען לענסקי) צונױף מיטן נאָמען פֿון אַ העלד אין „יעװגעני אָנעגין‟. דער ראָמאַנטישער דיכטער װלאַדימיר לענסקי איז דערהרגעט געװאָרן דורך אַ דועל מיטן הױפּטהעלד, אָנעגין.
און אפֿשר איז טאַקע דער אינטערעסאַנטסטער מוסטער פֿון אָט דעם דיכטערישן דיאַלאָג, װאָס לענסקי האָט געפֿירט מיט פּושקינען, די פּאָעמע „דילטור‟ (דער מוסר), אַ מין פּאַראָדיע אױף פּושקינס „דער קופּערנער רײַטער‟. אין לענסקיס פּאָעמע װערט דער באַרימטער דענקמאָל פֿונעם רוסישן צאַר פּעטער דעם גרױסן מגולגל אין אַ מוסר, װאָס גיט אױס דעם הײמלאָזן פּליט צו דער סאָװעטישער געהײם־פּאָליצײ. „דילטור‟ איז געװען צװישן לענסקיס סאַמע פּאָליטיש ריזיקאַלע װערק, און אַ סבֿרה, אַז זי האָט געקאָנט דינען װי אַ תּירוץ פֿאַר זײַן אַרעסט. די נײַע אױסגאַבע פֿון חיים לענסקיס לידער ברענגט אים אַרײַן אינעם העברעיִשן ליטעראַרישן קאַנאָן. דאָס איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעװיזיע, װאָס עס קומט פֿאָר אין דער העברעיִשער ליטעראַטור־געשיכטע. דער נײַער דור ליטעראַטן איז אױסן צו פֿאַרברײטערן די געאָגראַפֿישע האָריזאָנטן פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור און אײַנשליסן דערין שרײַבער און דיכטער פֿון „גלות‟, אַזעלכע װי דוד פֿאָגעל און גבֿריאל פּרײַל און איצט אויך: חיים לענסקי.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.