אַ סך מענטשן רעדן די טעג וועגן פּאָול סײַמאָן. דער באַליבטער זינגער און מחבר פֿון צענדליקער שלאַגערס האָט לעצטנס געלאָזט וויסן, אַז ער וועט באַלד אויפֿהערן צו גאַסטראָלירן אָדער רעקאָרדירן נײַע אָלבאָמען. דערפֿאַר הערט מען די טעג אָן אַ שיעור לויבווערטער װעגן אים, בפֿרט װאָס שייך זײַן טיפֿער השפּעה אויף דרײַ דורות אַמעריקאַנער מוזיקער. מע האַלט טאַקע נאָך אַלץ אין איין אַרויסלאָזן נײַע נוסחאָות פֿון זײַנע לידער.
די ייִדיש־שפּראַכיקע מוזיק־וועלטעלע איז אויך ניט קיין אויסנאַם. ביז אַ חודש צוריק האָב איך קיינמאָל ניט געהערט, אַז עמעצער זאָל זינגען פּאָול סײַמאָנס אַ ליד אויף מאַמע־לשון. במשך פֿון חודש אויגוסט, איז מיר אָבער אויסגעקומען צו הערן צוויי לידער אַזעלכע. ביידע זענען ייִדישע באַאַרבעטונגען פֿון באַרימטע לידער וואָס סײַמאָן האָט געזונגען מיט זײַן לאַנגיאָריקן מוזיקאַלישן שותּף, אַרט גאַרפֿאָנקל.
דאָס ערשטע ליד איז אַן איבערזעצונג פֿון „דער באָקסער‟, פֿאָרגעשטעלט דורך דער נײַער קאַפּעליע „ייִד!‟ און איר הויפּטזינגער האָסקי גאַווענדאַ, אַ באַקאַנטער ראָקזינגער אין אויסטראַליע וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער ייִדיש־רעדנדיקער משפּחה. אינעם אָקטאָבער־נומער „פֿאָרווערטס‟ װעט מען קענען לייענען אַ פֿולן באַריכט פֿון אני־הקטן וועגן דער קאַפּעליע „ייִד!‟ און איר נײַעם אַלבאָם, Space Klezmer.
דאָס צווייטע ליד, פֿון גאָר אַן אַנדער ווינקל פֿון די ייִדישע מוזיק־קרײַזן, איז אַ נוסח פֿון „דער קלאַנג פֿון שטילקייט,‟ אפֿשר „סײַמאָן און גאַרפֿאָנקלס‟ סאַמע באַקאַנטסט ליד, געזונגען פֿון חיים־שלמה מאַיעס. דער נאָמען חיים־שלמה מאַיעס איז אפֿשר באַקאַנט דעם פֿאָרווערטס־לייענער אַ דאַנק זײַן ריזיקן שלאַגער „בס־קול‟ אָדער זײַן שיינעם נוסח פֿון דזשאָסטין ביבערס אַ ליד. אַזוי ווי זיי איז זײַן „טונקלקייט‟ ניט קיין בוכשטעבלעכע איבערזעצונג פֿון „דער קלאַנג פֿון שטיקלייט,‟ נאָר גיכער אַן אַדאַפּטאַציע צוגעפּאַסט צום חסידישן לעבנסשטייגער.
להיפּוך צו ס׳רובֿ חסידישע זינגער, וואָס וואַקלען זיך צו זינגען וועגן פֿינצטערע טעמעס, זינגט מאַיעס דווקא יאָ וועגן די שווערע מאָמענטן אינעם לעבן; נאָר, פֿאַרשטייט זיך, אינעם קאָנטעקסט פֿון איבערגעבן דבֿרי־חיזוק. אַנשטאָט ס׳רובֿ חיזוק־לידער, וואָס קלאַפּן איבערן קאָפּ מיט לויבגעזאַנג צום באַשעפֿער, איז דאָס ליד אַ סך מער סובטיל און דערפֿאַר — מער אינטערעסאַנט. כאָטש מע דערמאָנט דאָס ייִדישע פֿאָלקסווערטל, אַז דער באַשעפֿער טיילט בלויז אַזוי פֿיל צרות, ווי אַ מענטש קען אויסהאַלטן, איז דאָס ליד בעצם אַ דיאַלאָג אין װעלכן אַ ייִד דערמוטיקט זײַן חבֿר און זאָגט אים צו, אַז ער וועט מיט דער צײַט לאַכן פֿון זײַנע איצטיקע פּראָבלעמען.
מוזיקאַליש איז דער נוסח אַ געראָטענער און די ייִדישע באַאַרבעטונג, פֿון שרגי ליכטער, זייער אַ געלונגענער, ניט געקוקט אויף דעם וואָס דער סינטאַקס פֿון דער ערשטער שורה און אַנדערע גראַמאַטישע פּיטשעווקעס וועלן גרילצן געוויסע ייִדישיסטן אין די אויערן. ווי שטענדיק, איז מאַיעס טיפֿע באַסאָווע קול אַ מחיה צו הערן.
איך וואַרט מיט נײַגער צו הערן די אַנדערע לידער פֿון מאַיעס׳ קומענדיקן אַלבאָם. אפֿשר וועט ער אויך אַמאָל זינגען אַ ליד פֿון באָב דילאַן אָדער לענאַרד כּהן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.