אויגוסט 2018 האָט זיך אַרויסגעװיזן צו זײַן אַ גאָלדענער חודש פֿאַר ייִדיש. נאָך יאָרן לאַנג פֿון הערן הספּדים איבערן ייִדישן טעאַטער האָבן מיר, די אוהבֿי־ייִדיש, געקענט געניסן נישט בלויז פֿון אײן, נאָר גאַנצע דרײַ ייִדישע פּיעסעס אין ניו־יאָרק. צװײ פֿון די אויפֿפֿירונגען האָבן צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם אַז מע האָט זײ בײדע פֿאַרלענגערט ביז אָקטאָבער.
דערצו איז פֿונעם 6טן ביזן 10טן אויגוסט פֿאָרגעקומען אַ ייִדיש־קאָנפֿערענץ אין טשערנאָװיץ, 110 יאָר זינט דער היסטאָרישער קאָנפֿערענץ אין דער בוקאָװינער הויפּטשטאָט. אַ צאָל פֿון די באַטײליקטע האָבן געלויבט דעם הויכן ניװאָ פֿון די רעפֿעראַטן, בפֿרט די סעסיע װעגן חסידיש ייִדיש, און הנאה געהאַט װאָס מע האָט װידער געהערט מאַמע־לשון אין געװיסע זאַלן און גאַסן פֿון טשערנאָװיץ.
און אַװדאי, װי יעדן זומער, האָבן סטודענטן שטודירט ייִדיש בײַ אינטענסיװע זומער־פּראָגראַמען אין תּל־אָבֿיבֿ, ניו־יאָרק, פּאַריז און װילנע, און זיך געפֿרײט מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אין װײַמאַר, דײַטשלאַנד; בײַ „קלעזקאַנאַדע‟ אין קװעבעק און אויפֿן ניו־יאָרקער זומער־אָרט פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟.
נישטאָ קיין ספֿק אַז די אַלע אונטערנעמונגען און פּראָגראַמען, פֿאָרקומענדיק כּמעט גלײַכצײַטיק, האָבן געגעבן דער ייִדישער שפּראַך אַ נײַ חשיבֿות בײַם ברײטן עולם. ס′קומט די דירעקטאָרן, אָרגאַניזירער און לערער אַ גרויסער ישר־כּוח דערפֿאַר.
װען ס׳רעדט זיך אָבער װעגן שאַפֿן אַ צוקונפֿט פֿאַר ייִדיש װי אַ גערעדטע שפּראַך מחוץ די חסידישע קרײַזן, איז איין אויגיסט־אונטערנעמונג אין אַ קאַטעגאָריע פֿאַר זיך: די יערלעכע ייִדיש־װאָך פֿון „יוגנטרוף‟. במשך פֿון זיבן טעג לעבט מען ממש אין אַ ייִדיש־רעדנדיק שטעטעלע. דאָ קען מען אין שװימבאַסײן הערן װי אַ 10־יאָריק ייִנגל דערקלערט די אַנדערע קינדער אויף ייִדיש װי דורכציפֿירן פֿאַרשידענע װאַסער־קונצן, און ווי אַ מײדעלע רופֿט אויס אַ ברוגזע צום טאַטן: „ניין, איך װיל נישט!‟
הגם עס זענען במשך פֿון דער ייִדיש־װאָך פֿאָרגעקומען פֿאַרשידענע אַקטיװיטעטן (פֿון רעפֿעראַטן װעגן מאַקס װײַנרײַך און דער באַרימטער משפּחה בירנבוים צו טעגלעכע יאָגאַ־סעסיעס), קען מען אויך פּשוט זיצן בײַ דער אָזערע אָדער גײן אויף װאַלדשפּאַצירן, סתּם שמועסנדיק אויף מאַמע־לשון.
הײַיאָר זענען געקומען אַ גרויסע צאָל יונגע לײַט אונטער 30 יאָר, די אַזוי־גערופֿענע „מילעניאַלס‟, װאָס ס׳רובֿ פֿון זײ האָבן ערשט געהאַט פֿאַרענדיקט אַן אינטענסיװן ייִדיש־קורס און געקומען אויף דער ייִדיש־װאָך זיך אויסצולעבן אויף דער שפּראַך. הגם די יונגע לײַט האָבן פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט צװישן זיך, איז געװען שײן צו זען װי אַ טײל פֿון זײ כאַפּן אַ שמועס מיט עלטערע ייִדן אויף מאַמע־לשון.
איין אָװנט האָב איך דערזען װי אַ גרופּע ייִדיש־װאָכניקעס – ס‘רובֿ פֿון זײ אין די הויכע 60ער – זיצן אַרום טיש אין עסצימער, טרינקען טײ און דערצײלן איין װיץ נאָך אַ צװײטן. נאָך יעדער חכמה האָבן עטלעכע פֿון זײ אויסגעשאָסן מיט אַזאַ געלעכטער אַז ס׳האָט אונדז אַלעמען אָנגעשטעקט. אין גיכן האָבן זיך אויך צוגעזעצט עטלעכע פֿונעם ייִנגערן דור.
די סצענע האָט מיך דערמאָנט אין די טעג ווען מײַן טאַטע פֿלעג יעדן אויפֿדערנאַכט אַרײַנגײן צו זײַן שװעסטער בײלציע און שװאָגער יונה, װאָס האָבן געװוינט אין שכנות, און סתּם שמועסן און לאַכן. הײַנט װוינען מיר ייִדיש־רעדער אַזוי צעזײט און צעשפּרײט אַז אַחוץ דער ייִדיש־װאָך געפֿינען זיך זעלטן אַזוינע געלעגנהייטן.
דערפֿאַר קלער איך שוין פֿון לאַנג אַז ס׳איז אַ שאָד װאָס עס קומען נישט פֿאָר נאָך אַזוינע „ייִדיש־װאָכן‟ איבער דער װעלט װוּ מע קען װוינען זיבן טעג לאַנג בלויז צװישן ייִדיש־רעדער. מיט בערך זעקס יאָר צוריק האָט דער לאַנגיאָריקער מעלבורנער ייִדיש־װאָכניק, דודי רינגלבלום טאַקע געגרינדעט אַן ענלעכע אוטערנעמונג װאָס טרעפֿט זיך איצט יעדע צװײ יאָר אין מעלבורן, „ייִדיש סוף־װאָך אויסטראַליע‟. הגם מע טרעפֿט זיך בלויז אויף דרײַ טעג אַנשטאָט זיבן, איז דאָס פֿאָרט אַ גוטער אָנהײב.
טאַקע דערפֿאַר האָב איך זיך דערפֿרײט צו הערן די בשׂורה אַז אין דעצעמבער 2018 װעט סוף־כּל־סוף פֿאָרקומען אַ צװײטע ייִדיש־װאָך; דאָס מאָל — אין אײראָפּע. די פּראָגראַם, װאָס װערט געשטיצט און אָרגאַניזירט דורכן „פּאַריזער ייִדיש־צענטער — מעדעם־ביבליאָטעק‟ און „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟, װעט אַרײַננעמען סײַ אַקאַדעמישע לעקציעס סײַ פֿאַרװײַלערישע עקסורסיעס צו דער פּלאַזשע — אַ סימן אַז די אָרגאַניזירער נעמען ערנסט די נײטיקײט זיך פֿולשטענדיק אויסצולעבן אויף מאַמע־לשון.
די „ייִדיש־װאָך אין גריכנלאַנד‟ איז אַ װיכטיקער אויפֿטו צוליב עטלעכע סיבות. ערשטנס, האָבן שוין אַ צאָל ייִדיש־רעדנדיקע יחידים און משפּחות אין אײראָפּע זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ „יוגנטרוף‟, צי מע קען אפֿשר אָרגאַניזירן אַ ייִדיש־װאָך אין אײראָפּע װײַל ס׳איז זײ פּשוט צו קאָמפּליצירט אָדער צו טײַער צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. איצט װעלן זײ, סוף־כּל־סוף, האָבן אַ געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אויף זײער אײגענעם קאָנטינענט.
צװײטנס, איז דער שריט סימבאָליש װיכטיק. ייִדיש איז דאָך פֿאָרט אַן אײראָפּעיִשע שפּראַך. „געבוירן‟ אינעם ראַיאָן אַלזאַס־לאָרען מיט טויזנט יאָר צוריק, איז זי במשך פֿון הונדערטער יאָרן אַנטװיקלט און באַרײַכערט געװאָרן דורך די ייִדישע אײַנװוינער פֿון טויזנטער שטעט און שטעטלעך איבער מיזרח־אײראָפּע. דער חורבן האָט טאַקע פֿאַרטיליקט ס׳רובֿ פֿון די ייִדיש־רעדער, זײער שפּראַך און קולטור, און די קאַטאַסטראָפֿע װעט תּמיד הענגען װי אַ שאָטן איבער אונדז. פֿון דעסט װעגן, מוזן מיר גײן װײַטער.
דער סאַמע שענסטער אופֿן אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון די קדושים איז נישט בלויז צו באַזוכן די געטאָס און קאָנצענטראַציע־לאַגערן, נאָר אַלײן צו רעדן, לײענען און שרײַבן אויפֿן לשון װאָס די אײראָפּעיִשע ייִדן האָבן אַלײן געשאַפֿן – אָפּצומערקן נישט בלויז װי זײ זענען אומגעקומען, נאָר נאָך װיכטיקער: װי זײ האָבן געלעבט.
לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר, װיל איך װינטשן די אָרגאַניזירער פֿון דער אײראָפּעיִשער ייִדיש־װאָך מזל און הצלחה אין זײער װיכטיקער אַרבעט. זאָלן זײ װײַזן די אָרטיקע ייִדן אַז ייִדיש איז נישט בלויז די שפּראַך פֿון זײערע פֿאַרשטאָרבענע באָבעס און זײדעס, נאָר אויך אַ לשון פֿון קאָלעדזש־סטודענטן און פֿון 8־יאָריקע קינדערלעך װאָס װײַזן קונצן אין שװימבאַסײן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.