װאַרשע גיט אויס 150 מיליאָן זלאָטעס צו רעמאָנטירן ייִדישן טעאַטער־בנין

Warsaw Spending 150 Million Zlotys to Renovate Yiddish Theater Building

פּרוזשנע־גאַס אין וואַרשע
Adrian Grycuk
פּרוזשנע־גאַס אין וואַרשע

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 04, 2018.

דער וואַרשעווער שטאָטראַט האָט באַשלאָסן צו רענאָווירן אַ בנין אין װאַרשע װאָס זאָל דינען װי דער לאָקאַל פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער און דעם ייִדישן קולטור־צענטער.

דער „ייִדישער טעאַטער אויפֿן נאָמען פֿון אסתּר־רחל און אידאַ קאַמינסקאַ‟ איז דער איינציקער ייִדישער טעאַטער אין פּוילן, און צװישן די אײנציקע אין גאַנץ אײראָפּע װאָס פֿירן אויף פּיעסעס אויף ייִדיש.

הונדערט פֿופֿציק מיליאָן זלאָטעס (אַן ערך $40 מיליאָן דאָלאַר) זענען צוגעטיילט געוואָרן פֿאַר דעם פּראָיעקט, אָנהײבנדיק פֿונעם אַרכיטעקטישן קאָנקורס ביז דער סאַמע בוי־אַרבעט. דער נײַער בנין וועט ווערן אַן אַרכיטעקטישער דימענט אויפֿן ראָג פֿון פּרוזשנע־גאַס און פּלאַץ גזשיבאָווסקי.

„מיר באַדאַנקען די וואַרשעווער בירגער־מײַסטערין חנה גרונקעוויטש־וואַלץ, דעם וואַרשעווער שטאָטראַט און דעם פֿאָרזיצער פֿונעם אָרטיקן קוואַרטאַל, קשישטאָף טשובאַקש,‟ האָט דערקלערט די דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, גאָלדע טענצער. „אַ דאַנק פֿאַרן גלײבן אין אונדז. ס’איז מיר שווער צו געפֿינען די פּאַסיקע ווערטער, איך קען נאָר זאָגן אַז הײַנט בין איך אַזוי גליקלעך.‟

דער פֿינעף־שטאָקיקער בנין איז איינס פֿון די געציילטע הײַזער וואָס זענען נישט חרובֿ געװאָרן במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿאַר דער מלחמה איז פּרוזשנע געווען אַ לעבעדיקע ייִדישע גאַס און פּלאַץ גזשיבאָווסקי איז געווען אַ צענטער פֿון ייִדישן מסחר. דער בנין איז געווען אַ האַנדל־צענטער פֿון דער פֿירמע „מערסאָן און עפּשטיין‟. אינעם בנין און זײַן הויף זענען געשטאַנען אַ ריי קראָמען און וואַרשטאַטן. אויפֿן פּאַרטער איז געווען אַ שטיבל וווּ ייִדן האָבן געדאַוונט ביז 1940.

דער רעמאָנטירטער בנין וועט באַשטײן פֿון דרײַ זאַלן מיט דרײַ בינעס. מע װעט אויך בויען זאַלן פֿאַר לעקציעס און וואַרשטאַטן פֿאַרן ייִדישן קולטור־צענטער.

„דער ייִדישער טעאַטער איז איינער פֿון די חשובֿסטע היטערס פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן בכלל און אין וואַרשע בפֿרט,‟ האָט באַטאָנט מאַלגאָזשאַטאַ זאַקשעווסקאַ, אַ מיטגליד פֿון דעם שטאָטראַט און פּרעזעס פֿונעם שטאָטישן קולטור־קאָמיטעט. „שאַפֿן אַן אָרט פֿאַרן טעאַטער פֿאַר די קומענדיקע יאָרן איז בײַ אונדז אַ פּריאָריטעט. מיר פֿילן זיך ווי די שומרים פֿון דער ייִדישער קולטור וואָס איז געווען אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אונדזער שטאָט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה.‟

במשך פֿונעם רעמאָנט וועט דער ייִדישער טעאַטער אויפֿפֿירן אירע פּיעסעס אויף אַנדערע ערטער ווי, למשל, אינעם בנין אויף דער סענאַטאָרסקע גאַס נומער 35.