לויט דעם ווערטערבוך, װערט דער וואָס קען דרײַ אָדער מער שפּראַכן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ פּאָליגלאָט. נו, וואָס הייסט קענען אַ שפּראַך? ווערטערביכער האָבן דאָך נישט קיין אָרט אויספֿירלעך צו דערקלערן די ווערטער מיט וועלכע זיי דערקלערן ווערטער.
טײַערער לייענער, צי האָט איר אַ מאָל זיך אָפּגעשטעלט פֿרעגן בײַ זיך אַליין, וואָס מיינט „קענען אַ שפּראַך‟?
אין אָט דעם אַרטיקל ניץ איך דעם אויסדרוק „קענען אַ שפּראַך‟ מיט אַזאַ מין מיין: זיך פֿילן באַקוועם בײַם ניצן אַ שפּראַך הייסט קענען רעדן, שרײַבן און פֿאַרשטיין וואָס מע לייענט אויף אָט דער שפּראַך.
געערטער לייענער, צי האָט איר אַ מאָל באַטראַכט אויף וויפֿל שפּראַכן קענט איר רעדן, שרײַבן, לייענען און פֿאַרשטיין און דערבײַ זיך פֿילן באַקוועם ווי בײַם טאַטן אין ווײַנגאָרטן?
אַזוי ווי דאָס איז נישט קיין עקזאַמען, וועל איך אײַך דערציילן וואָס פֿאַר אַ מין פּאָליגלאָט איך בין – אַ באַשיידענער פּאָליגלאָט, ווײַל איך קען רעדן, שרײַבן, לייענען און פֿאַרשטיין נאָר פֿיר שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש, שפּאַניש און ענגליש.
פּאָליגלאָט איז אַ וואָרט וואָס עטימאָלאָגיש מיינט ער: פּאָלי - וואָס קומט פֿון גריכיש, און מיינט אַ סך, און גלאָטוס, אויך פֿון גריכיש און מיינט שפּראַכן אָדער רייד. איך אָבער וויל פֿאַרברייטערן דעם באַטײַט פֿון באַגריף פּאָליגלאָט און זאָגן דאָס וואָס איך האָב געזאָגט אויבן.
מן־הסתּם זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מינים פּאָליגלאָטן - די וואָס קענען דרײַ שפּראַכן אָדער מער פֿון קינדװײַז אָן און די וואָס האָבן זיך געלערנט כּדי צו וויסן מער שפּראַכן ווי, למשל, לינגוויסטן.
עס איז פֿאַראַן נאָך איין סאָרט פּאָליגלאָטן - דער וואָס קען דרײַ צי מער שפּראַכן, אָבער האָט אַ חשק צו קענען (רעדן, שרײַבן, לייענען און פֿאַרשטיין) נאָך מער לשונות, אָבער דערגייט נישט צו דער מדרגה פֿון פֿליסיקײט. און דערפֿאַר ווערן די פּאָליצעס פֿון זייער ביבליאָטעק באַפֿעלקערט מיט ווערטערביכער פֿון שפּראַכן וואָס זיי קענען נישט. למשל, הינטער מײַן פּלייצע שטייען ווערטערביכער אויף רוסיש, פּויליש, דײַטש, לאַטײַן, איטאַליעניש, פֿראַנצייזיש און אַפֿילו אַ ווערטערביכעלע מיט עספּעראַנטאָ. בין איך בשום־אופֿן נישט קיין פּאָליגלאָט פֿון עלף שפּראַכן, ווײַל קיין איינע פֿון זיי און די קולטור וואָס זיי אַנטשפּרעכן, געפֿינען זיך נישט אין מײַן טאַטנס ווײַנגאָרטן.
בדרך־כּלל ניצן מיר ווערטער ווי אַ קאָמוניקיר־מיטל אויף אַ זייער איבערפֿלעכלעכן סעמאַנטישן ניוואָ - דער עיקר ווען מיר ריידן. ווען מיר שרײַבן אויף איינער פֿון די שפּראַכן וואָס מיר קענען, האָבן מיר אַ טעאָרעטישע מעגלעכקייט אַרויפֿצושטײַגן אויף אַ העכערער סעמאַנטישער מדרגה ווײַל ווערטער ווי אַ קאָמוניקיר־מיטל ווערן גענוצט דער עיקר נאָר דענאָטאַטיוו [מער טעכניש און פּינקטלעך] און נישט דווקא פּאָעטיש ווײַל מיר ווילן אַז אונדזער אינטערלאָקוטאָר זאָל קלאָר פֿאַרשטיין וואָס מיר מיינען. דאָס הייסט, אָן עמאָציעס, מיט אַ מינימום פֿון אייגענע שטעלונגען ווי, למשל, בײַם געבן אָנווײַזונגען ווי צו ניצן אַ וואַשמאַשין.
ווען מיר שרײַבן אויף אַ שפּראַך וואָס מיר קענען - מעגן מיר אַרײַנבראָקן אונדזערע עמאָציעס - און דעמאָלט שרײַבן מיר אויך אין אַ פּאָעטישער שפּראַך. דער פּאָליגלאָט וואָס רעדט און שרײַבט אין אַ באַשטימטער שפּראַך, באַוועלטיקט סײַ דעם דענאָטאַטיוון און סײַ דעם פּאָעטישן באַטײַט פֿון ווערטער. דער פּאָעטישער באַטײַט פֿון ווערטער – למשל, אין דער העברעיִשער שפּראַך – האָט אַ געשיכטע פֿון 3,200 יאָר, און דער פּאָעטישער באַטײַט פֿון ווערטער אויף ייִדיש האָט אַ געשיכטע פֿון, לאָמיר זאָגן, 1000 יאָר, און דאָס איז מן־הסתּם אויך גילטיק פֿאַר דער ענגלישער אָדער שפּאַנישער שפּראַך.
דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿאַרנעמט 0.2% פֿון דער מענטשלעכער באַפֿעלקערונג, אָבער מער ווי 33% ייִדן האָבן באַקומען דעם נאָבעל פּרײַז ביז הײַנט. קען מען רויִק שטעלן די שאלה: מה פּה קורה פּה? וואָס טוט זיך דאָ? וויל איך זיך אַלײן פֿרעגן: אַזוי ווי ייִדן האָבן במשך פֿון זייער געשיכטע גענאָסן פֿון אַ צוויישפּראַכיקער קולטור (ייִדיש און העברעיִש), און בפֿרט נאָך זײער עמאַציפּאַציע װען זײ האָבן זיך אויך אויסגעלערנט די לאַנדשפּראַך, זײַנען זײ עד־היום פּאָטענציעלע פּאָליגלאָטן. װען דאָס זײַן אַ פּאָליגלאָט גייט האַנט אין האַנט מיט נײַגער און נײַגעריקייט, קען דאָס במילא דערפֿירן צו מאַכן נײַע אַנטדעקונגען, און אַפֿילו ביזן געװינען אַ נאָבלפּרײַז. װאָלט איך טאַקע געװאָלט װיסן: וויפֿל ייִדן וואָס האָבן באַקומען אַ נאָבלפּרײַז זײַנען געווען אָדער זײַנען הײַנט פּאָליגלאָטן? אַזאַ פֿאָרשאַרבעט דאַרף נאָך געטאָן ווערן; מיר שפּילן זיך נאָר מיט השערות.
איך באַמערק אַז עס איז דאָ אַ קאָרעלאַציע צווישן אַ ייִדישן פּאָליגלאָט וואָס קען גוט ייִדיש, העברעיִש און די לאַנדשפּראַך וווּ ער איז געבוירן, און דעם געבײַ פֿון זײַן פּערזענלעכער און ייִדישער אידענטיטעט. אָט האָב איך פֿינף קוזינען און קוזינעס, און די צוויישפּראַכיקייט בײַ ייִדן (ייִדיש און העברעיִש) האָט זיי נישט גענוג אָנגערירט, זיי זײַנען נישט קיין פּאָליגלאָטן; און נישט געקוקט וואָס מיר אַלע זעקס שוועסטערקינדער שטאַמען פֿון איין זיידן, איז אויפֿן וועג צװישן אים און זײַנע קינדער ביז מײַן דור, געשען אַן איבערברוך אין דער לאַנגער קייט פֿון „זײַן אַ ייִד‟. לויט מײַן מיינונג, איז די סיבה פֿאַרן איבערברעכן די קייט – דאָס אָפּטרעטן פֿון פּאָליגלאָטיזם אַהינטער צו אַ מין מאָנאָלינגואַליזם. דאָס הייסט אַז די סעמאַנטישע טיפֿקייט פֿון ווערטער מיט זייער פּאָעטישן אונטערשלאַק (די אַסאָציאַציעס פֿון אַ קולטורשפּראַך) איז געוואָרן אַלץ אָרעמער און אָרעמער. ווי קען אַ געבוירענער ייִד וואָס רעדט, שרײַבט, און לייענט שפּאַניש, און איז למעשׂה איינשפּראַכיק - האָבן אַן אַנונג וועגן ייִדישקייט און ייִדישער אידענטיטעט?
זאָגט מיר, טײַערע לייענער, וויפֿל און וועלכע ביכער אין וועלכע שפּראַכן איר האָט בײַ זיך אין שטוב, און דאַן וועט איר קענען רעאַליזירן און אויספֿירן דעם געבאָט וואָס שטייט אויסגעקריצט בײַ די גריכן אין אַרײַנגאַנג צום אָראַקל פֿון דעלפֿי: „דערקען זיך אַליין‟.
לעצטנס, מיט אַ יאָר און אַ פּאָר מאָנאַטן צוריק, האָב איך זיך אַריבערגעצויגן אין אַ נײַער דירה און מיט דער הילף פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע „מוּווערס‟ אַריבערגעפֿירט זיבן טאָן מיט אַ האַלבן פֿון ביכער און אַרכיוו־מאַטעריאַלן, און נאָר מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך ערשט אָנגעהויבן אַוועקשטעלן די ריכטיקע ביכער אויף זייערע ריכטיקע פּאָליצעס, און דורך מײַנע הענט (מיט אַ שמאַטקע אין דער האַנט, אָפּווישנדיק דעם פּול פֿון יעדן בוך באַזונדער) האָב איך דורכגעקוקט אַרום 3,000 ביכער פֿון מײַן ביבליאָטעק, און איך האָב אָנגעהויבן זיך אַליין צו דערקענען. אַזוי ווי אַן אויטאָמאָביל איז די עקסטענסיע פֿון דעם קערפּער פֿון איר קאָנדוקטאָר, אַזוי איז אויך אַ פּערזענלעכע ביבליאָטעק פֿון אַ באַשיידענעם פּאָליגלאָט, די עקסטענסיע פֿון זײַן גײַסטיקער וועלט.
אויב מיר נעמען אָן אַז אַ מענטש אָדער אַ מענטשיכע האָבן אין זייער ביבליאָטעק ביכער וואָס זיי וועלן קיין מאָל נישט אַוועקשענקען אָדער אַרויסשלײַדערן פֿון זייער שטוב, אויב מיר נעמען אָן אַז אַזאַ ביבליאָטעק ווערט באַטראַכט װי דער גײַסטיקער פֿאַרמעגן פֿון אַ יחיד, דאַן קענען מיר זיך פֿאָרשטעלן די פּערזענלעכקייט אין ליכט פֿון איר ביבליאָטעק. למשל, אין חיים גראַדעס ביבליאָטעק – אַ ביבליאָטעק פֿון אַ ייִדישן שרײַבער, אַ ווילנער, מײַן קאַנדידאַט צו פֿאַררעכנט ווערן ווי דער פֿערטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, זענען געווען טויזנטער ביכער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
איך וועל זיך אָפּשטעלן בלויז אויף איין אַספּעקט פֿון גראַדעס ביבליאָטעק, אַן אומדערוואַרטן אַספּעקט, אָבער אַ פֿילזאָגיקער: מלך ראַוויטש האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז חיים גראַדע צייכנט מיט ווערטער. ווען מיר לייענען די פּראָזע פֿון חיים גראַדע און אויך זײַן פּאָעזיע, זעען מיר פֿאַר זיך אַ מאָלער. אין אַ דאָקומענט וואָס איך האַלט אין מײַן האַנט, אַ רשימה פֿון די ביכער וואָס זײַנען געווען אין חיים גראַדעס פּערזענלעכער ביבליאָטעק, געפֿינען זיך שווערע צענדליקער בענדער וועגן די פּלאַסטישע קונסטן. אין גראַדעס ביבליאָטעק, האָט מען געקענט זען די גאַנצע געשיכטע פֿון מאָלערײַ אויף דער וועלט, מיט וועלכער גראַדע איז געווען אינטים באַקאַנט. נאָך מער, חיים גראַדעס לאַנג־יאָריקער חבֿר און מעצענאַט, איז געווען אַ ייִדישער קונסטהענדלער פֿון באָסטאָן.
חיים גראַדעס פּאָליגלאָטיזם האָט געעפֿנט פֿאַר אים אַ ברײטן פֿענצטער צו דער װעלט און צו אירע פֿילפֿאַכיקע גײַסטיקע מאַניפֿעסטאַציעס. זײַן אַלמנה, אינאַ האַקער, האָט מיר טאַקע אַ מאָל דערצײלט אַז זי און ער זענען אָפֿט געגאַנגען אינעם ביכער־אַנטיקװאַריאַט „סטראַנד‟ אין מאַנהעטן, און דאָרט פֿלעגט ער בלײַבן שעהען לאַנג און אַרויסגײן מיט גאַנצע פּעק ביכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.