דער נאָמען זאָשע שײַקאָװסקי (1911־1978) רופֿט אַרױס פֿאַרשײדענע אַסאָציאַציעס. פֿון אײן זײַט, איז ער געװען אַן חשובֿער היסטאָריקער פֿון ייִדן אין פֿראַנקרײַך, װאָס האָט אַנטדעקט אַ שלל מיט װיכטיקע מקורים אין פֿראַנצױזישע אַרכיװן. ער איז געװען אַ געטרײַער ייִדישיסט און אַ מיטאַרבעטער פֿון מאַקס װײַנרײַך. דערצו איז ער געװען אַ זעלנער אין דער צװײטער װעלט־מלחמה, װאָס האָט זיך העלדיש געשלאָגן קעגן די דײַטשן צוערשט אין דער פֿראַנצױזישער און דערנאָך אין דער אַמעריקאַנער אַרמײ. אָבער יעדעס מאָל װאָס איך האָב געהערט זײַן נאָמען פֿון די עלטערע מיטאַרבעטער אין ייִװאָ, איז דאָס אױך געװען מיט אַ שמײכל און אַ קרעכץ. װײַזט אױס, ניט אַלץ איז געװען גלאַטיק מיט דעם ייִד. אַ פּנים, האָט מען געדאַרפֿט האַלטן אַן אױג אױף אים.
דער סוד װערט אַנטפּלעקט שױן אין דעם נאָמען פֿונעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר ליסאַ מאָזעס לעף: „דער אַרכיװ־גנבֿ: דער מאַן, װאָס האָט געראַטעװעט די פֿראַנצױזיש־ייִדישע געשיכטע נאָכן חורבן‟. דאָס איז די דראַמאַטישע לעבנס־געשיכטע פֿון אַ פּױלישן ייִד מיטן נאָמען שײַקע פֿרידמאַן, בעסער באַקאַנט אונטער זײַן אַקאַדעמישן פּען־נאָמען ז. שײַקאָװסקי. ער איז געבױרן געװאָרן אינעם פּױלישן שטעטל זאַראָמב און זיך געלערנט אין אַ ייִדישער שול. אין 1927, װען שײַקע איז געװען זעכצן יאָר אַלט, האָט ער עמיגרירט קײן פֿראַנקרײַך, װוּ עס האָבן שױן געווינט זײַן שװעסטער און צװײ ברידער. אױף דעם האָט זיך געענדיקט זײַן פֿאָרמעלע בילדונג. עטלעכע יאָר האָט ער געאַרבעט אין פֿאַרשידענע בראַנזשעס, און בהדרגה איז ער געװאָרן אַ ייִדישער זשורנאַליסט. נאָך אין פּױלן איז ער געװאָרן אַ קאָמוניסט, און האָט זיך געפֿילט הײמיש אין דער ייִדישער סעקציע פֿון דער פֿראַנצױזישער קאָמוניסטישער פּאַרטײ.
שײַקע פֿרידמאַן איז געװען אַן אינטעליגענטער יונגערמאַן מיט אַ טיפֿן אינטערעס אין געשיכטע. אין 1936 האָט ער זיך באַקענט מיטן באַרימטן ייִדישן היסטאָריקער אַליהו טשעריקאָװער און איז געװאָרן אַ בן־בית אין זײַן משפּחה. פֿרידמאַנס היסטאָרישער אינטערעס איז געװען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער אימיגראַציע און ייִדישער אַרבעטער־באַװעגונג אין פֿראַנקרײַך. ערבֿ דער מלחמה איז ער אָנגענומען געװאָרן אין דער אַספּיראַנטור פֿון ייִװאָ װי טשעריקאָװערס אַ תּלמיד.
װען די מלחמה איז אױסגעבראָכן, האָט פֿרידמאַן־שײַקאָװסקי פֿרײַװיליק אַרײַנגעטראָטן אין דער פֿראַנצױזישער אַרמײ, איז פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן אין שלאַכטן, און האָט זיך געהײלט אין אַ שפּיטאָל אין דער שטאָט קאַרפּענטראַ אין פּראָװאַנס. דאָס איז געװען אײנע פֿון די פֿיר עלטסטע ייִדישע קהילות אין פֿראַנקרײַך. בעת די דײַטשן האָבן אָקופּירט דעם גרעסטן טײל פֿון פֿראַנקרײַך, און די פֿראַנצױזישע קאָלאַבאָראַנטן האָבן זיך געיאָגט נאָך ייִדן אין דער „װישי‟־מלוכה, איז שײַקאָװסקי פֿאַרטאָן געװאָרן אין זאַמלען מקורים װעגן דער געשיכטע און דער שפּראַך פֿון ייִדן אין פּראָװאַנס אין מיטלאַלטער. זײַן גרעסטע דאגה איז געװען װי אַזױ איבערצושיקן קאַסטנס מיט זעלטענע ביכער און כּתּבֿ־ידן פֿון פֿראַנקרײַך קײן ייִװאָ אין ניו־יאָרק.
סוף־כּל־סוף האָט זיך שײַקאָװסקין אײַנגעגעבן, מיט דער הילף פֿון די טשעריקאָװערס און ייִװאָ, זיך צו ראַטעװען קײן אַמעריקע. דאָ האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן שטודיע „דאָס לשון פֿון די ייִדן אין די אַרבע קהילות פֿון קאָמטאַ־װענעסען‟ מיט מאַקס װײַנרײַכס הקדמה. שײַקאָװסקיס השׂגה װעגן אַן אײגנאַרטיקן לשון פֿון ייִדן אין פּראָװאַנס האָט זיך גוט צוגעפּאַסט צו װײַנרײַכס טעאָריע װעגן ייִדישע שפּראַכן, הגם הײַנטיקע לינגװיסטן האָבן ספֿקות, צי מען קאָן טאַקע רעדן װעגן אַ שפּראַך פֿאַר זיך, װי אַ מין ייִדיש, צי איז דאָס געװען פּשוט אַן ייִדישער דיאַלעקט פֿון דער פּראָװאַנסאַלער שפּראַך.
שײַקאָװסקי האָט זיך שטאָלצירט מיט זײַן ראָלע פֿון אַ ראַטירער פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, אָבער ער האָט קײן מאָל ניט דערצײלט, װי אַזױ ער האָט געקראָגן זײַנע אוצרות. האָט ער זײ געקױפֿט, האָט ער זײ באַקומען װי אַ מתּנה, צי האָט ער זײ סתּם געלקחנט? אין יענע יאָרן האָט מען אַזאַ מין פֿראַגעס אװדאי ניט געשטעלט. אין אַמעריקע האָט זיך שײַקאָװיסקי װידער פֿאַרשריבן אין דער אַרמײ. מען האָט אים דעסאַנטירט איבער דער פֿראָנט־ליניע אין פֿראַנקרײַך, און ער איז על־פּי־נס װידער געבליבן לעבן. שפּעטער האָט ער געדינט װי אַן איבערזעצער בײַ דער אַמעריקאַנער אַרמײ אין פֿראַנקרײַך און אין דײַטשלאַנד, אָבער זײַן הױפּט־אינטערעס איז װידער געװען צו זוכן, זאַמלען, און איבערשיקן קײן ניו־יאָרק כּלערלײ מאַטעריאַלן, װאָס האָבן צו טאָן מיט ייִדן. בתוכם האָט ער אָנגעזאַמלט אַ װערטיקע קאָלעקציע פֿון אַנטיסעמיטישער נאַציסטישער ליטעראַטור, װאָס האָט געדינט װי אַ יסוד פֿאַר װײַנרײַכס װיכיטקער שטודיע „היטלערס פּראָפֿעסאָרן‟. שײַקאָװסקין האָט װײניק געאַרט, אַז די אַמעריקאַנער מיליטער האָט שטרענג פֿאַרװערט אָפּצוהיטן אַזאַ מין ליטעראַטור.
נאָך דער מלחמה האָט ער ממשיך געװען זײַנע היסטאָרישע פֿאָרשונגען אין פֿראַנקרײַך און אַמערקיע. ער איז געװען אַ מומחה אין פֿאַרשידענע פֿראַנצױזישע אַרכיװן, און די אַרכיװיסטן האָבן פֿאַר אים געהאַט דרך־ארץ. אָבער בהדרגה האָט מען אים אָנגעהויבן חושד זײַן, װײַל נאָך זײַנע באַזוכן האָט מען צומאָל אַנטדעקט, אַז עס האָבן פֿעלן אײנצלנע זײַטן און דאָקומענטן, צו מאָל אַפֿילו גאַנצע ביכער. אײנצײַטיק האָט שײַקאָװסקי פֿאַרקױפֿט זעלטענע ביכער און דאָקומענטן צו חשובֿע אַמעריקאַנער ביבליאָטעקן, קודם־כּל אינעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר און „היברו יוניאָן קאָלעדש‟.
אין 1961 האָט מען שײַקאָװסקין געכאַפּט בײַ גנבֿה אין שטראַסבורג און גערופֿן די פּאָליצײ. דעמאָלט האָט ער געהאַט צײַט צו אַנטלאָפֿן, און מען האָט באַשלאָסן ניט צו מאַכן פֿון דעם אַ סקאַנדאַל. זינט דעם איז פֿראַנקרײַך געװאָרן פֿאַר אים פֿאַרמאַכט, אָבער ער האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט. סוף־כּל־סוף האָט מען אים אַרעסטירט װען ער האָט געפּרוּװט אַרױסגנבֿענען זעלטענע ביכלעך פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק. אַזאַ הרפּה האָט ער ניט געקאָנט אויסהאַלטן און מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן.
ליסאַ לעף פּרוּװט צו פֿאַרשטײן שײַקאָװסקיס געדאַנקענגאַנג. אין זײַן יוגנט האָט ער אײַנגעזאַפּט די אידעאָלאָגיע פֿון ייִדישן אױטאָנאָמיזם, װאָס האָט באַטראַכט ייִדן װי אַ גלות־פֿאָלק, מיט אַן אײגענער אינטעליגעגץ, קולטורעלע און אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס. די מלחמה־דערפֿאַרונג האָט אים געלערנט, אַז ייִדן קאָנען זיך ניט פֿאַרלאָזן אױף קײן שום הילף און שוץ מצד אַנדערע פֿעלקער. זײ מוזן זיך אַלײן זאָרגן אָפּצוהיטן זײער קולטור־ירושה. נאָך דער מלחמה האָט ער זיך קונה שם געװען װי אַ בקי אין זײַן פֿאַך, אָבער קײן אַקאַדעמישע פּאָזיציע האָט ער ניט געקענט קריגן װײַל ער האָט ניט געהאַט קײן פֿאָרמעלע קװאַליפֿיקאַציע. האָט ער באַשלאָסן, אַז ער װעט „ראַטעװען‟ ייִדישע מאַטעריאַלן פֿון „גױיִשע‟ הענט און זײ פֿאַרקױפֿט צו די ייִדישע ביבליאָטעקן; דערפֿון האָט ער געהאַט פּרנסה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.