די לעצטע 25 יאָר, מער װײניקער, בין איך אַ נײַגעריקער צוקוקער אױף חסידות און חסידים, װי נישט װײניק ייִדישיסטן. איך שטײ אין דרױסן פֿון דעם באַלױכטענעם בית־מדרש, אָדער, װי הילל, ליג איך אױפֿן דאַך, און קוק אַראָפּ אונטן, פּרוּװנדיק צו דערגײן די מעלות און חסרונות פֿון דער דאָזיקער געזעלשאַפֿט.
דערפֿאַר איז אַ זעלטענער פֿאַרגעניגן, און אַ װיכטיקע געלעגנהײט, איבערצולײענען אַ טרעפֿיקן אַנאַליז פֿון אַן אָנגעװײטיקטער פּראָבלעם אין יענער געזעלשאַפֿט. סײַ מע דערװיסט זיך װעגן די אינעװײניקסטע שװאַכקײטן, װאָס מע זאָגט זעלטן װען אױס, סײַ - בשעת־מעשׂה – לערנט מען זיך מער װעגן די פֿאַקטן פֿון חסידישן לעבן, בלי חרטה ובלי דרײ.
לעצטנס לײענט מען אַ סך אין דער אַנגלאָ־ייִדישער פּרעסע װעגן חינוך בײַ די חסידים, װעגן די פֿעלערס און לעכער, די שרײַיִקע אומװיסיקײט און גלאַט עם־הארצות. עס האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ הײסע דעבאַטע װעגן דעם, װי ביטער ס׳איז דער מצבֿ און װער ס’איז אין דעם שולדיק. כאָטש די אַלגעמײנע קאָנטורן זײַנען קלאָר, בין איך פֿאָרט אַ דרױסנדיקער און קען אַלײן נישט פּסקענען װאָס מע זאָל טאָן װעגן דעם און װי אַזױ.
שױן לאַנגע יאָרן װי איך בין אַן אָנהענגער און לײענער פֿונעם חסידישן שרײַבער קטלא קניא (אַ פּסעװדאָנים, פֿאַרשטײט זיך). כאָטש בדרך־כּלל האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט בעלעטריסטיק און בלאָגערײַ, האָט ער נישט לאַנג צוריק אָנגעשריבן אַ בוך, אַ באַגרונטיקטע און טיף־אַרײַנגעטראַכטע פּאָלעמיק, מיטן טיטל „ותּינוק ללמדו ספֿר“, טאַקע װעגן דעם חסידישן חינוך־קריזיס.
אַרױסגעגעבן דאָס בוך האָט דער זשורנאַל „דער װעקער“, װאָס איז אַ סימן פֿון דעם צוגאַנג פֿונעם מחבר אַלײן. װי דער זשורנאַל, איז דאָס בוך שטאַרק סקעפּטיש װעגן איצטיקן מצבֿ פֿון דער חסידישער געזעלשאַפֿט, אַפֿילו פֿאַרצװײפֿלט, פֿאַרביטערט – אָבער פֿון אינעװײניק, נישט פֿון דרױסן. מע װיל נישט (נאָר) אַראָפּרײַסן אַ צעבראָכענע סיסטעם, נאָר עפּעס אױפֿבױען אױף איר אָרט.
װאָס זשע שטײט געשריבן אין דעם באַשולדיקונג־אַקט? װאָס זײַנען די טענות קעגן חסידישן חינוך, און װאָס לײגט קטלא קניא פֿאָר?
טײל פֿון די פּראָבלעמען זײַנען ברײט באַקאַנט. ייִנגלעך קענען נישט לײענען אָדער שרײַבן אַ ריכטיקן זאַץ אױף ענגליש, קענען בכלל נישט קײן אַריטמעטיק און זײַנען אין גאַנצן נישט באַהאַװנט אין די װעלטלעכע קענטענישן װאָס װאָלטן זײ געגעבן צוטריט צו פּרנסה מחוץ די מױערן פֿון זײער קהילה.
קטלא קניאס אַרגומענט דערלאַנגט אָבער טיפֿער און ברײטער. עס האַנדלט זיך נישט נאָר אין דער ענגער טעמע פֿון מאַכן אַ לעבן, נאָר אין דעם אופֿן, װי אַזױ חסידים קענען זיך אױסלעבן אין דער װעלט.
נאָך אַלעמען, פֿעלט בײַ די חסידישע תּלמידים – און במילא אויך בײַ די דערװאַקסענע – נישט נאָר עלעמענטאַרע קענטענישן פֿון װעלטס־װיסן, נאָר אױך די נײטיקע יסודות אױף אונטערצושפּאַרן אַ פֿול ייִדיש לעבן. אין תּוך גענומען האַלט קטלא קניא אַז דער חינוך דאַרף נישט נאָר צוגרײטן קינדער אױף פּרנסה, און נישט נאָר אױף לערנען תּורה אין אַ ברײטן פֿאַרנעם (כאָטש די בײדע זאַכן װערן הײַנט נישט דורכגעפֿירט), נאָר אױך כּדי זיך צו באַקענען מיט דער װעלט.
אַזאַ צוגאַנג צו דער חסידישער ציװיליזאַציע איז לױט מײַן מײנונג נאָך מער רעװאָלוציאָנעריש װי עס זעט אויס. דאָס, װאָס קטלא קניא לײגט פֿאָר „לימודי־חול פֿון אַ פֿולער אַקאַדעמישער פּראָגראַם לױט דעם װאָס איז אין אַלגעמײן ערװאַרט פֿון קינדער אין דעם עלטער און לױט װאָס דאָס געזעץ פֿאַרלאַנגט“ איז װײַט מער װי דער מינימום װאָס אַ סך חסידישע עסקנים און זײערע פּאָליטישע מיטלױפֿערס לײגן פֿאָר. ס׳איז אַ לכתּחילהדיקער צוגאַנג, אַז דעם קינד איז בעסער װען מע באַקענט אים, צי זי, מיט דער גאַנצער פֿילפֿאַרביקער װעלט, נישט נאָר בײַ די לימודים נאָר אױך בײַ אַקטיװיטעטן װי ספּאָרט, שאַך און מוזיק. דער מחבר זאָגט אַז מע מוז צופּאַסן אַזאַ פּראָגראַם צו „אונדזער קולטור“; דאָס הייסט, די חסידישע. אָבער ער גיט אױך אָנצוהערן אַז די חסידישע קולטור, װי אַלע אַנדערע, װערט מושפּע פֿון אַנדערע קולטורן. צוליב דעם דאַרף מען בײַטן די חסידישע דערציִונג כּדי די תּלמידים זאָלן זיך בעסער באַקענען מיט דער גאַנצער װעלט.
אַזאַ אָפֿנקײט צו דער ברײטער געזעלשאַפֿט װאָס קטלא קניא שטעלט דאָ אַװעק װי אַ יסוד פֿאַר אַ חסידישן „חדר מתוקן“ (מײַן טערמין, נישט זײַנער) װערט אױך אָפּגעשפּיגלט אין זײַן צוגאַנג צו לימודי־קודש. הײַנט װערן חסידישע ייִנגלעך דערצױגן לרובֿ צו לערנען גמרא. נאָר דער ייִדישער ספֿרים־שאַנק, טענהט קטלא קניא, כאַפּט אַרום מדרש, דיקדוק, געשיכטע, תּנך און װאָס נישט? נישט נאָר אין נוצלעכקײט האַנדלט זיך זײַן לערנפּלאַן, נאָר אין אַ רחבֿותדיקער און װיסן־דאָרשטיקער ייִדישקײט.
בײַ די מערסטע לײענער װעט זיך באַלד שטעלן אַ פֿראַגע: װאָס װײַטער, און װי אַזױ פֿירט מען אײַן אַזאַ בײַט? כאָטש ער זאָגט אַז די אָנהײב־טריט דאַרפֿן געשטעלט װערן פֿון די עלטערן אַלײן, און מע זאָל נישט װאַרטן אױף אַ גרױסן אויסלײזער, האָפֿט ער אױך אַז מיט דער צײַט װעט זיך טאַקע אַרױסיאַװען אַן אמתדיקע שול װוּ מען קען אײַנפֿירן דעם לערנפּלאַן װאָס ער לײגט פֿאָר. (און אוודאי דאַרף מען אױך מודה זײַן, אַז אױך די אַנדערע שיטות ייִדישקײט װאָלטן געדאַרפֿט פֿאָלגן אַזאַ עצה װעגן זײער אײגענע סדרי־לימוד.)
איז פֿאַראַן אַ קריטישע מאַסע חסידים װאָס זײַנען גרײט אײַנצושרײַבן זײערע קינדער אין אַזאַ נײַעם מין חדר, אָדער צו העלפֿן פֿינאַנציעל שטיצן אַזאַ אינסטיטוציע? ס׳איז נישט קלאָר, נאָר אַז מע קוקט אױף דער װאַרעמער רעצענזיע װאָס מע האָט אָנגעשריבן אױף דעם בוך אין „קאַװע־שטיבל,“ און די דעדיקאַציעס װאָס דעם בוכס שטיצערס האָבן אױסגעדריקט, לאָזט זיך האָפֿן, אַז די חסידישע געזעלשאַפֿט װעט זיך אַלײן – מיט דער הילף פֿון דרױסנדיקע געדאַנקען – אַרױסשלעפּן פֿון טיפֿן זומפּ.
און אַ פּערזענלעכע האָפֿענונג פֿאַר אונדזער סבֿיבֿהלע ייִדישיסטן, נישט־חסידים: אַזױ װי מיר שעפּן אַזױ פֿיל שפּראַך־ און קולטור־רעסורסן פֿון „יענעמס“ שפּרודלדיקן „אידיש־לשון“, לאָמיר אױך היטן זיך צו זײַן שטיצערס, נישט נאָר אױסניצערס. אױב מיר קענען אױף אַ בײַהילפֿיקן אופֿן צוטראָגן צו אַ ברײטערן חסידישן חינוך, פֿאַר װאָס נישט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.