„ייִוואָס‟ גאַלאַ־אָוונט וועט באַערן אײַרין קראָנהיל־פּלעטקאַ

YIVO's Gala to Honor Irene Kronhill Pletka

אײַרין קראָנהיל־פּלעטקאַ
YIVO
אײַרין קראָנהיל־פּלעטקאַ

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published September 13, 2018.

אַזוי ווי די גרעסערע ניו־יאָרקער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, פֿירט דער „ייִוואָ‟ יעדעס יאָר דורך אַ גאַלאַ־אָוונט כּדי צו פֿײַערן אין איינעם מיט אירע גרעסטע שטיצער אירע דערגרייכונגען פֿון יאָר און, פֿאַרשטייט זיך, כּדי צו שאַפֿן געלט.

הײַיאָר וועט דער גאַלאַ־אָוונט פֿאָרקומען מיטוואָך, דעם 14טן נאָוועמבער, אינעם „צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע.‟ לעצטנס האָט דער „ייִוואָ‟ געלאָזט וויסן, אַז די פּראָגראַם וועט אָפּגעבן כּבֿוד אײַרין קראָנהיל־פּלעטקאַ, אַ לאַנגיאָריקע אַקטיוויסטקע און פֿילאַנטראָפּין לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. קראָנהיל־פּלעטקאַ איז געבוירן געוואָרן אין שאַנכײַ צו ייִדישע עלטערן, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן אַ דאַנק דער הילף פֿונעם יאַפּאַנישן קאָנסול אין ליטע — טשיונע סוגיהאַראַ. זי איז אויפֿגעוואַקסן אין אויסטראַליע, וווּ זי האָט פֿאַרענדיקט די „שלום־עליכם שול‟ און שטיצט שוין לאַנגע יאָרן פֿאַרשידענע פּראָיעקטן לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך דורך איר פֿונדאַציע, וואָס זי האָט געגרינדעט אין 2007 כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד אירע עלטערן. הײַנט וווינט זי אין ניו־יאָרק און זינט 2011 איז זי אַ מיטגלידין פֿון דער „ייִוואָס‟־פֿאַרוואַלטונג און זי דינט הײַנט ווי איר וויצע־פֿאָרזיצערין.

אינעם מוזיקאַלישן טייל פֿון פּראָגראַם וועלן אויפֿטרעטן פֿרענק לאָנדאָן מיט זײַן קאַפּעליע און דער זינגערין און אַקטריסע עלינאָר ריסאַ. דער אַקטיאָר און קאָמיקער שיין בייקער וועט דינען ווי דער קאָנפֿעראַנסיע.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 6:30 אין אָוונט. כּדי צו באַשטעלן בילעטן (500$) באַזוכט: https://www.yivo.org/Gala2018.

אין צוזאַמענהאַנג מיטן גאַלאַ־אָוונט וועט מען אויך צעטיילן אַ פּראָגראַם־ביכל. אָרגאַניזאַציעס אָדער יחידים וואָס ווילן באַשטעלן אַ באַגריסונג צי אַן אַנאָנס אינעם ביכל (פֿון 500$ ביז 10,000$) זאָלן אַרײַנשיקן זייער טעקסט וואָס גיכער.