עס איז לעצטנס אַרויס פֿון דרוק דער זומער־האַרבסט־נומער „אויפֿן שוועל‟, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער „ייִדיש־ליגע.‟ אַזוי ווי אַלע נומערן פֿונעם לאַנג־יאָריקן זשורנאַל אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד׳׳ר שבֿע צוקער, האָט דער זומער־האַרבסט־נומער אַ הויפּטטעמע; אין דעם פֿאַל – דער 75סטער יאָרטאָג פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.
מינדי שפּיגל, אַ טאָכטער פֿון צוויי געטאָ־קעמפֿערס, גיט איבער אירע אײַנדרוקן פֿון צוויי הזכּרה־צערעמאָניעס אין וואַרשע אָפּצומערקן דעם אויפֿשטאַנד: איינע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין 1988 און די הײַיאָריקע. קאַראָ וועגנער, אַ יונגע פּוילישע סטודענטקע וואָס האָט זיך געלערנט ייִדיש אין דער מיטלשול גיט אַן איבערזיכט פֿון די פֿאַרשידענע אופֿנים, ווי אַזוי די הײַנטיקע וואַרשעווער אײַנוווינער האָבן אָפּגעמערקט דעם יאָרטאָג. אין זײַן עסיי פֿרעגט הערשל האַרטמאַן פֿאַר וואָס דער ייִדישער קעגנשטעל קעגן די דײַטשן איז כּמעט פֿאַרגעסן געװאָרן, און דערקלערט אַז דער באַוואָפֿנטער ווידערשטאַנד איז געווען אַ סך מער פֿאַרשפּרייט ווי ס׳רובֿ מענטשן מיינען.
אַן אַרטיקל פֿון ברוך ראָוז, וועגן אַן אַנדער מין ווידערשטאַנד אינעם וואַרשעווער געטאָ, אַנאַליזירט די פּאָעטישע ווערק װאָס יצחק קאַצענעלסאָן און יוסף קירמאַן האָבן געשאַפֿן במשך די שװערע באַדינגונגען.
אינעם נײַעם נומער געפֿינט זיך אויך אַן אַרטיקל פֿון מישעל טאַובער, אַן עקספּערטקע פֿון די ווערק פֿונעם גרויסן שרײַבער אַהרן אַפּעלפֿעלד, װוּ זי באַטראַכט דעם אופֿן ווי אַפּעלפֿעלד באַציט זיך צו ייִדיש אין זײַנע ווערק. מע קען אויך לײענען עטלעכע קאַפּיטלען פֿון אַפּעלפֿעלדס ראָמאַן „לילה ועוד לילה‟ („אַ נאַכט און נאָך אַ נאַכט‟) אין דער איבערזעצונג פֿון ד׳׳ר יצחק ניבאָרסקי. יעקאַטערינאַ דובראָווסאַיאַ באַשרײַבט איר עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע קיין פּאָדאָליע און מאָלדאָווע וווּ זי האָט אויסגעפֿאָרשט די אָרטיקע ייִדן, וואָס געדענקען נאָך ייִדיש פֿון די קינדעריאָרן.
מיטן בליק אויף מאָרגן באַשרײַבט קאָליע באָראָדולין די אָנלײַן־ייִדיש־קלאַסן פֿונעם „אַרבעטער־רינג‟ און ווי אַזוי אַ נײַער דור ייִדיש־סטודענטן לערנען זיך הײַנט אויס די שפּראַך דורך דער אינטערנעץ.
מע קען אויך לײענען אַ ריי ביכער־רעצענזיעס, דערציילונגען פֿון מאַשע ראָלניק, באָריס סאַנדלער און טינאַ פּערסאָן, אַ ליד פֿון גרשון ווײַס און אַ רשימה ווערטער פֿאַרבונדן מיטן חורבן.
כּדי צו באַקומען דעם נײַעם נומער „אויפֿן שוועל‟ באַזוכט די וועבזײַט פֿון דער „ייִדיש־ליגע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.