בײַ מיר אין ייִדיש־קלאַס האָב איך מיט עטלעכע חדשים צוריק, לכּבֿוד דעם סוף־זמן, געוואָלט יעדן סטודענט שענקען אַ קאָמפּאַקטל. האָבן זיי מיך באַדאַנקט אָבער מודה געווען, אַז זיי האָבן נישט אויף וואָס צו שפּילן דאָס קאָמפּאַקטל: אַלץ ווערט הײַנט פֿאַרשפּרייט דורך דיגיטאַלישע טעקעס.
דאָס איז נישט קיין גוטע נײַעס פֿאַר די מוזיק־גרופּעס וואָס ווילן רעקאָרדירן און פֿאַרדינען אַ ביסל. אויפֿן אָרט פֿון אַ קאָמפּאַקטל מיט אַ באַגלייט־ביכל וואָס פֿאַרקויפֿט זיך פֿאַר פֿופֿצן אָדער צוואַנציק דאָלער, פֿאַרקויפֿט מען די דיגיטאַלישע טעקעס פֿאַר צען דאָלער אָדער ווייניקער, בעת דעם טעקסט פֿון די לידער קען מען געפֿינען בײַ אַ געװיסער וועבזײַט. גוט פֿאַר די קונים אָבער נישט פֿאַר די מוזיקער.
דעריבער פֿרייט מיך ווען איך באַקום קאָמפּאַקט־דיסקן וואָס מע קען טאַקע האַלטן אין דער האַנט. לעצטנס זענען אַרויס נישט װײנינקער װי פֿינעף רעקאַרדירונגען װאַס פֿאַרטײַטשן די טראַדיציאַנעלע ייִדישע מוזיק אויף אַ פּרעכטיקן אופֿן. יעדע פֿון זײ װעט אײַך זײַן כּדאי צו קויפֿן, סײַ פֿאַר זיך, סײַ װי מתּנות פֿאַר אַנדערע.
1) „הינטערפֿיאַלקע‟ פֿון דער גרוּפּע „פֿאַרנאַכט‟ [Farnakht].
אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון קלעזמער־מוזיק האָט זיך צווישן די יונגע פֿידלער באַוויזן אַ שטאַרקער אינטערעס אינעם פֿידלקלאַנג פֿון די שכנותדיקע פֿעלקער פֿון מיזרח־אייראָפּע. זיכער האָט דאָס אויסגעצייכנטע פֿידל־שפּילן פֿונעם ניו־יאָרקער דזשייק שולמאַן־מענט געהאָלפֿן מוטיקן פֿידלער אין דער ריכטונג. איין פֿידלערין וואָס האָט זיך שוין קונה־שם געווען מיט אירע רומענישע און אונגערישע פֿידלקלאַנגען איז זאָע אַקוואַ [Zoe Acqua]. זי איז מער באַקאַנט ווי די פֿידלערין פֿון דער פֿרויען־קאַפּעליע „ציבעלע‟, אָבער זי און דער אַקאָרדיאָניסט מאַטיאַס קויפֿמאַן [Mattias Kaufmann] האָבן אַרויסגעלאָזט אַ רעקאָרדירורג פֿון בלויז זיי צוויי, וווּ מע קען הערן סײַ טראַדיציאָנעלע שטיקלעך, דוינעס און האָראַס, סײַ אָריגינעלע שאַפֿונגען. די מוזיקאַלישקייט איז אויף זייער אַ הויכן ניוואָ, און אַקוואַ, כאָטש יונג, איז שוין אַרײַן אין דער עליטישער גרופּע פֿון די בעסטע קלעזמער־פֿידלער הײַנט.
2) „די צײַטמאַשין‟ פֿון אַבֿישי פֿיש”
פֿאַר אַ יאָרן האָב איך רעצענזירט אבֿישי פֿישס וויכטיק קאָמפּאַקטל „דער ליבע־גאָרטן‟ נישט וויסנדיק, אַז אַ פֿריִערדיקע רעקאָרדירונג זײַנע – Yiddish Baroque Music – איז אַרויס אין 2014. „צײַטמאַשין‟ באַשטייט פֿון מוזיקאַלישע אַראַנזשירונגען פֿון די לידער אינעם בוך „ספֿר שׂמחת הנפֿש‟ געשריבן פֿון הרבֿ אלחנן קירכהן בײַם אָנהייב 18טן יאָרהונדערט. קיין סך אָנווײַזונגען, ווי אַזוי צו שפּילן און אויסטײַטשן די לידער האָט קירכהן נישט איבערגעלאָזט, האָט פֿיש געדאַרפֿט ניצן זײַן כּוח־הדמיון, און זיך פֿאָרשטעלן ווי אַזוי די מוזיק וואָלט געדאַרפֿט קלינגען. דאָס איז זיכער נישט געווען קיין לײַכטע אַרבעט און זײַנע אַראַנזשירונגען, מיט אַ האַלב טוץ מוזיקער, מאַכן אַן אויסגעצייכנטן אײַנדרוק.
פֿיש זינגט מיט אַ פֿאַלצעט־קול צו וועלכן מע דאַרף זיך צוגעוווינען, אָבער דאָס נעמט נישט לאַנג און עס קלינגט פּאַסיק פֿאַר די גאָר אַלטע לידער וואָס מע זינגט לכּבֿוד שבת, ראש־חודש, פּסח, דער כּלה און אַנדערע. אַ שאָד בלויז וואָס מע האָט נישט די ווערטער אין באַגלייט־ביכל ווײַל ס’איז אוממעגלעך זיי אַלע צו פֿאַרשטיין. צום גליק קען מען לייענען דעם ספֿר דיגיטאַליזירט אויף דער וועבזײַט פֿונעם „ייִדישן ביכער צענטער‟.
3) „קולמוס הנפֿש: אַ מוזיקאַלישע נסיעה אינעם חסידישן ניגון‟
די רעקאָרדירונג Kulmus Hanefesh איז אַרויס אין 2009 אָבער ערשט איצט צו אונדז דערגאַנגען. ס’האָט זי אַרויסגעגעבן דער ירושלימער „ייִדישער מוזיקאַלישער פֿאָרשונג־צענטער‟ בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. דער צענטער פֿאַרנעמט זיך געוויינטלעך מיט פֿעלד־רעקאָרדירונגען אָבער מיט דעם קאָמפּאַקטל האָבן זיי אָנגעהויבן זיך אָפּצוגעבן מיט קינסטלערישע אויסטײַטשונגען פֿון ייִדישער פֿאָלקמוזיק.
דער פּראָיעקט „קולמוס הנפֿש‟ איז אינספּירירט געוואָרן פֿונעם פֿאָרשער פּראָפֿ׳ אַנדריי הײַדו, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן אין 2016. הײַדו האָט זיך ספּעציעל פֿאַרליבט אין די ליובאַוויטשער ניגונים און צוזאַמען מיטן „אנסמבל האומן ח״י‟ האָט מען מיט הצלחה געבראַכט די האַרציקע מעלאָדיעס צו אַ נײַעם נישט־חסידישן עולם.
4) „טאַנגאָ יונה‟ Tango Yona: Yiddish to the Heart
עס זעט אויס אַז טאַנגאָס אויף ייִדיש זענען אַ טייל פֿון דעם הײַנטיקן צײַטגײַסט. דער מוזיקאַלישער זשאַנער האָט זיך אָנגעהויבן אין אַרגענטינע און האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ אייראָפּע — מיזרח און מערבֿ. אין דעם יאָרהונדערט האָבן טאַנגאָס אויף ייִדיש פֿאַרכאַפּט זינגערס אין עטלעכע לענדער — דײַטשלאַנד, פּוילן, און אַמעריקע.
אינעם קאָמפּאַקטל „טאַנגאָ יונה‟ האָט די זינגערין דזשיין ענקין אַרײַנגעלייגט אַ סך מי און פֿאָרשאַרבעט. זי שטעלט דעם טראָפּ אויף די אומבאַקאַנטע טאַנגאָס װאָס זענען געשאַפֿן געוואָרן במשך פֿונעם חורבן. נאָר איין ליד, שמערקע קאַטשערגינסקיס „פֿרילינג‟ (מוזיק: אַבֿרהם ברודנאָ) איז מיר געווען באַקאַנט. דער מחבר און קאָמפּאָזיטאָר פֿון געוויסע לידער זענען נאָך אַלץ אומבאַקאַט ווי „דאָס ליד פֿון ביאַליסטאָקער געטאָ‟.
מע הערט, אַז דזשיין ענקין איז נישט קיין אויסגעשולטע זינגערין, אָבער זי זינגט מיט האַרץ און איז געווען געטריבן דעם פּראָיעקט צו שטאַנד צו ברענגען. די קאַפּעליע און אַראַנזשירונגען זענען ערשט־קלאַסיש.
דאָס שטאַרקסטע ליד איז זיכער „איך האָב מײַן מאַן פֿאַרלוירן‟, וואָס ענקין האָט גענומען פֿון קאַטשערגינסקיס בוך „לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן‟. דער צוזינג איז:
דערשאָסן אויך מײַן מאַמען
האָב איך אַליין געזען,
מײַן טאַטן אויך צוזאַמען
אַ גרויסע גרוב געווען.
איך האָב מײַן מאַן פֿאַרלוירן,
אין טאָג פֿון קינדס געבוירן,
דאָס קינד האָט קוים דערזען די שײַן —
פֿון שויס אין גרוב אַרײַן.
5) „ריאָבראַ‟ פֿון דער גרופּע „אָרקעסטאַר קרימינאַל‟
Orkestar Kriminal איז אַ קאַפּעליע פֿון מאָנטרעאָל, וואָס בײַם ראָש דערפֿון שטייט די זינגערין גיזעל קלאַודיע וועבער. אויף דער רעקאָרדירונג Ryobra האָט מען צוזאַמענגעקליבן לידער פֿון דער אונטערוועלט פֿון פֿאַרשיידענע קולטורן. מען האָט אויך אַרײַנגענומען פֿיר לידער אויף ייִדיש: „משה סטאָליער‟, מרדכי געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟, „דאָס גנבֿל‟ (אַ וואַריאַנט פֿונעם ליד „דער יאָלד איז מיך מקנה‟) און דאָס טרינקליד „אלו ואלו צועקים בך‟, וואָס איז דער שלאַגער פֿונעם קאָמפּאַקטל.
באַלעבאַטים וואָס וווינען אין אייגענע הײַזער
טרינקען אויס בראָנפֿן גאַנצע ברײַזער,
אלו ואלו צועקים בקול:
אַ טרונק בראָנפֿן איז דאָך ווויל!
די אַראַזשירונגען זענען שאַפֿעריש און ס’איז שווער פֿאַרן צוהערער נישט מיטצוטאַנצן. דערצו זענען די ייִדישע לידער געדרוקט נישט בלויז אין איבערזעצונג נאָר אויך מיט ייִדישע אותיות. די גרעסטע מעלה פֿונעם קאָמפּאַקטל איז אָבער דאָס זינגען פֿון וועבערן, וועלכע האָט נישט פֿאַרגעסן אין אירע װאָרצלען אין דער „פּאָנק־מוזיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.