Looking Jewish: Visual Culture and Modern Diaspora
Carol M. Zemel
Indiana University Press, 2015
די דערפֿינדונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיע אינעם נײַנצנטן יאָרהונדערט האָט דערמעגלעכט דעם מענטשן צו פֿאַרפֿיקסירן מאָמענטן פֿון לעבן אין בילדערישע אימאַזשן.
פֿאָטאָגראַפֿיע איז אין גיכן געװאָרן אַ ייִדישע מלאכה. אין שטעט און שטעטלעך פֿון רוסלאַנד און פּױלן האָבן זיך באַװיזן פֿאָטאָגראַפֿישע סטודיעס, װוּ מען האָט געקאָנט מאַכן אַ פּאָרטרעט פֿון דער משפּחה און שיקן אים צו קרובֿים אין אַנדערע ערטער.
פֿאָטאָגראַפֿישע פּאָרטרעטן פֿון באַרימטע שרײַבער און כּלל־טוער האָבן געדינט װי פּאָסטקאַרטלעך. צװישן די ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן פֿונעם ערשטן און צװײטן דור זײַנען געװען אמתע קינסטלער, װאָס האָבן אונדז איבערגעלאָזט חשובֿע גבֿית־עדותן פֿונעם ייִדישן לעבן אין פֿאַרגאַנגענע תּקופֿות.
הײַנט איז די פֿאָטאָגראַפֿישע קונסט אַ פּאָפּולערע בראַנזשע פֿון ייִדישע פֿאָרשונגען. פֿאָטאָגראַפֿיע האָט געװיסע מעלות אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע מעדיומס. מען דאַרף ניט לײענען אַ סך ביכער אױף פֿרעמדע שפּראַכן און זיצן טאָג־אײַן טאָג־אױס אין אַרכיװן איבער כּתבֿ־ידן און דאָקומענטן. פֿאָטאָגראַפֿיעס רעדן פֿאַר זיך, זײ זײַנען אַ גוטער שטאָף פֿאַר אױסשטעלונגען, און צומאָל אױך אַ גוטע סחורה.
די קאַנאַדער קונסט־היסטאָריקערין קעראָל זעמעל באַהאַנדלט די מאָדערנע װיזועלע קולטור װי אַ קינסטלערישע אָפּשפּיגלונג פֿונעם ייִדישן גלות. איר בוך באַשטײט פֿון פֿינף שטודיעס, װאָס באַהאַנדלען אײנצלנע קינסטלער און זײערע אױפֿטוען. איר איבערזיכט הײבט זיך אָן פֿאַרן חורבן אין מיזרח־אײראָפּע, און ענדיקט זיך אין אונדזער צײַט אין אַמעריקע. זעמעל באַטראַכט פֿאָטאָגראַפֿיע, גראַפֿיק און קאָלאַזשן. איר טעאָרעטישער אױסגאַנג־פּונקט איז דער „ערשטער גלותדיקער מאַניפֿעסט‟ פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן קינסטלער ראָנאַלד ברוקס קיטײַ (1932 - 2007). קיטײַ האָט פּראָקלאַמירט דערין אַ נײַעם מין קונסט, װאָס איז פֿרײַ פֿון װאָסער ניט איז צוגעבונדנקײט צו אַ לאַנד אָדער מלוכה, די פֿרײַע קונסט פֿון גלות.
דורך דעם דאָזיקן שפּאַקטיװ פֿון גלות־קונסט באַטראַכט זעמעל די ביז גאָר פֿאַרשידענע װערק פֿון ייִדישע קינסטלער, װאָס האָבן געפּרוּװט צו פֿאַרפֿיקסירן אין פֿאָטאָגראַפֿיע און פֿאָרצושטעלן אין גראַפֿישע אימאַזשן דעם סאַמע עצם פֿונעם ייִדישן גלות־צושטאַנד. זי איז פֿאַראינערעסירט ניט נאָר אין זײערע װיזועלע אימאַזשן גופֿא, נאָר אױך אין דעם אָפּרוף צו די דאָזיקע אימאַזשן אַ מאָל און הײַנט. װער איז געװען דער עולם, װאָס די קינסטלער האָבן געהאַט אין זינען? װאָס זײַנען געװען זײערע שעפֿערישע און אידעאָלאָגישע כּװנות? זעמעל פּרוּװט צו ענטפֿערן אױף די דאָזיקע פֿראַגעס דורך אַנאַליזירן די בילדערישע װערק װי מוסטערן פֿון דער „גלות־קונסט‟.
צװײ קאַפּיטלען זײַנען געװידמעט די פֿאָטאָגראַפֿישע פּראָיעקטן פֿון אַלטער קאַציזנע, משה װאָראָבײטשיק און ראָמאַן װישניאַק. יעדער אײנער האָט אױף זײַן אײגענעם שטײגער געמאַכט אַ סעריע בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן איּן מיזרח־אײראָפּע. קאַציזנעס פּאָרטרעטן פֿון פּױלישע שטעטלעך האָבן דערשינען אין „פֿאָרװערטס‟. זײ האָבן דערמאָנט די אַמעריקאַנער לײענער װעגן דער אַלטער הײם און דערװעקט אַ געמיש פֿון נאָסטאַלגיע און מיטלײַד. אײנצײַטיק האָט מען זיך מסתּמא געפֿילט גליקלעך, װאָס מען לעבט איצט אין אַמעריקע װײַט פֿון דעם דלות און צרות פֿון פּױלישע ייִדן.
גאַנץ אַנדערש איז די שעפֿערישע װיזיע אין משה װאָראָבײטשיקס אַלבום, „די ייִדישע גאַס איּן װילנע‟, װאָס איז אַרױס אין דער שװײץ אױף ייִדיש, העברעיִש און דײַטשיש מיט אַ הקדמה פֿון זלמן שניאור. װאָראָבײטשיק האָט באַנוצט די מאָדערנע טעכניק פֿון מאָנטאַזש, כּדי צו שאַפֿן דעם עפֿעקט פֿון פֿילזײַטיקײט אין זײַנע אימאַזשן פֿונעם אַלטן ייִדישן קװאַרטאַל אין װילנע. זײַן פּראָיעקט איז אַן עקספּערימענטאַלער פּרוּװ פֿאָרצושטעלן דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטײגער דורך װיזועלע מאָדערניסטישע מיטלען. זײַן עולם איז געװען אַנדערש פֿון קאַציזנעס; ניט דער אַמעריקאַנער ייִדישער עמך, נאָר די שעצער פֿון דער מאָדערנער קונסט. סײַ קאַציזנע און סײַ װאָראָבײטשיק האָבן געהאַט אין זינען זײערע מיטצײַטלער, בעת װישניאַק האָט שױן פֿאַרשטאַנען, אַז די גאַנצע װעלט פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום שטײט אױפֿן שװעל פֿון פֿאַרטיליקונג. זײַנע בילדער דינען װי אַ מין פֿאָטאָגראַפֿיש יזכּור־בוך, באַצװעקט פֿאַר קומעדיקע דורות.
די פֿיגור פֿונעם אַלטן „מיזרח־ייִד‟ באַטרעפֿט אַן אַמביװאַלענטן באַטײַט אין דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור, האַלט זעמעל. דאָס איז אַן „עמבלעם פֿון אױטענטישקײט‟, װאָס איז שױן פֿאַרלױרן געגאַנגען אױף אײביק. אין אַמעריקע װערט די דאָזיקע פֿיגור אַן אָביעקט פֿון נײַע קינסטלערישע רעפֿלעקסיעס אין די װערק פֿון אַזעלכע פֿאַרשידענע קינסטלער װי קיטײַ, בען קאַטשאָר און װעראַ פֿרענקעל, װי אױך אין סטערעאָטיפּישע געשטאַלטן פֿון דער ייִדישער מאַמע, ייִדישער בת־מלכּה און ייִדישן מאַנצבל, װאָס װערן באַהאַנדלט אינעם צװײטן טײל פֿונעם בוך.
װי אַלע טעאָרעטישע קאָנצעפּטן, האָט דער באַגריף פֿון „גלותדיקער קונסט‟ זײַנע מעלות און זײַנע חסרונות. ער העלפֿט אױפֿבױען אַ טראַדיציע, װאָס לאָזט פֿאַרבינדן די צעבראָכענע שטיקלעך פֿון דער ייִדישער קולטור פֿאַר און נאָך דעם חורבן אין דער אַלטער און נײַער הײם. דער פּרײַז פֿאַר דעם איז אָבער אַ געװיסע פֿאַרפּשוטערונג. ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן אין פּױלן און רוסלאַנד האָבן גלײַכצײַטיק באַװױנט עטלעכע קולטורעלע הײמען, אײַנגעװאָרצלט אין פֿאַרשידענע אָרטיקע קולטורן. װען מען טײַטשט אױס די גראַפֿישע װערק פֿון ברונאָ שולץ, למשל, און נעמט ניט אין באַטראַכט זײַן פּױלישע סבֿיבֿה, בפֿרט אַזאַ פֿיגור װי סטאַניסלאַװ װיטקיעװיטש, זעט מען בלױז אײן דימענסיע פֿון שולצעס גאַליציאַנער־ייִדישער „גלותדיקײט‟ און ניט זײַן גאַליציאַנער־פּױלישע פֿאַרבינדונג. פֿונעם הײַנטיקן צפֿון־אַמעריקאַנער קוקװינקל זעט די אַלטע װעלט פֿון דער ייִדישער מיזרח־אײראָפּע אויס װי אַ פֿאַרלױרענע גאַנצקײט, װוּ ס׳איז שװער צו דערקענען אײנצלנע פּרטים. אַװדאי איז יעדער פֿאָרשער באַגרענעצט מיט זײַנע קענטענישן, אָבער הײַנט צו טאָג קען מען דורכפֿירן בשותּפֿותדיקע פּראָיעקטן מיט מומחים פֿון אַנדערע לענדער און קולטורן. אַ גוטער מוסטער פֿון אַזאַ צוזאַמענאַרבעט איז די נײַע קאָלעקטיװע געשיכטע פֿון חסידות. מען קאָן האָפֿן, אַז אין דער צוקונפֿט װעלן מיר באַקומען אױך אַזאַ אַרומנעמיקע געשיכטע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער װיזועלער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.