מיט אַ האַלב יאָר צוריק האָט די ייִדישװעלט אין לאָנדאָן געגרינדעט אַ חודשלעכן „אָפֿענעם מיקראָפֿאָן‟ אויף ייִדיש (Yiddish Open Mic בלע״ז) וואָס איז זינט דעמאָלט געוואָרן אַזוי פּאָפּולער אַז בײַ דער לעצטער טרעפֿונג, דעם 16טן סעפּטעמבער, אינעם ייִדישן מוזײ אין קאַמדען, האָבן די סטרוזשן ממש געמוזט בעטן דעם עולם אַהיימגיין, זיי זאָלן קענען שליסן דעם בנין.
שױן זעקס מאָנאַטן װאָס אַ קאָמיטעט פֿון ייִדישע אַקטיװיסטן און קינסטלער — װיװי לאַקס, טאַמאַרע גליסאָן און סטיװ אָגין — פֿירט אָן מיט דעם אָוונט, וווּ מע פֿאַרבעט יחידים אין עולם אויפֿצוטרעטן אויף דער בינע מיט אַ ליד, אַ מעשׂה, אַ וויץ און דאָס גלײַכן. דער ציל איז צו דערמעגלעכן ייִדיש־רעדנדיקע קינסטלער און אַקטיװיסטן, און סתּם ייִדיש־רעדערס, זיך צו טרעפֿן אין אַן אינטימען קולטורעלן קאָנטעקסט. כּמעט אַלע אַקטן ווערן באַגלייט מיט ענגלישע אייבערקעפּלעך אָדער אַ בעל־פּהיקער איבערזעצונג.
דעם חודש איז די טעמע געווען ראש־השנה. אַחוץ דעם וואָס מע האָט דאָס מאָל געהאַט די גרעסטע צאָל אָנטײלנעמער פֿון אַלע, איז עס געווען ספּעציעל מלא־חן, וואָס ס׳האָט אויפֿגעטראָטן מאַיאַ ראָבינסאָן, אַן 18־יעריקע מײדל מיט אַ שטאַרקן טאַלאַנט צום זינגען. מענטשן זענען געקומען פֿון שטאָקהאָלם, ווי אויך פֿון אָקספֿאָרד און אַנדערע שטעט אין ענגלאַנד. אַ טייל האָבן מיטגעבראַכט קליינוואַרג, אַפֿילו עופֿעלעך.
צווישן די אַקטן, האָט מען פֿאָרגעשטעלט אַ „דיאַלאָג‟ צװישן שלום־עליכם (געשפּילט פֿון סטיוו) און אַ ייִדישער צײַטונג (געשפּילט פֿון ברוריה) און אױך אַן אימפּראָװיזאַציע אַרום דער טעמע פֿון ראש־השנה. עטלעכע אָנטײלנעמער האָבן געזונגען באַקאַנטע און נישט אַזוינע באַקאַנטע לידער. די לעגענדאַרע קאַפּעליע „לאָנדאָן ייִדיש יוקעלעלע באַנד‟ האָט געשפּילט די באַליבטסטע לידער פֿון דער „ייִדיש אין לאָנדאָן פּלײליסט‟. צווישן זיי: מאָריס ווינטשעווסקיס „און מיר זיינען אַלע ברידער‟ און „היי זשאַנקויע‟.
מישאַ שאַפּיראָ האָט פֿאָרגעלייענט משה נאַדירס אַ דערציילונג; ברוריה װיגאַנד האָט פֿאָרגעלײענט אַ קראַנץ פֿון אירע אײגענע לידער װאָס זײַנען לעצטנס דערשינען אין אַ נײַ ביכל, און אַרטוראָ קערבל האָט פֿאָרגעלײענט זײַנע איבערזעצונגען פֿון קורצע לידער געשאַפֿן פֿון די מעקסיקאַנער אַזטעקן. מע האָט געהערט װיצן, נאָך לידער און אַן אָנטײלנעמער פֿון שװעדן, טאָמאַס וווּדסקי, האָט אַפֿילו אָרגאַניזירט אַן אינטעראַקטיווע שפּיל אין װעלכער דער עולם האָט געמוזט טרעפֿן אַן ענגליש ליד נאָכדעם װי ער האָט פֿאָרגעלייענט זײַן ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ליד. די מענטשן וואָס האָבן ריכטיק געטראָפֿן האָבן באַקומען שוועדישע צוקערקעס.
במשך פֿונעם אָוונט האָבן אַזוי פֿיל מענטשן געװאָלט אויפֿטרעטן אױף מאַמע־לשון אַז די דרײַ שעה זײַנען שנעל פֿאַרבײַ און די מוזיי־אַרבעטערס האָבן געמוזט ממש פֿאַרטרײַבן דעם עולם כּדי צו שליסן דעם בנין!
דער לאָנדאָנער „אָפֿענער מיקראָפֿאָן‟ װערט ביסלעכװײַז אַ טראַדיציע צװישן ייִדישיסטן אין ענגלאַנד און די אָרגאַניזאַטאָרן האָפֿן אַז די אונטערנעמונגען װעלן העלפֿן אַנטװיקלען אַ שטאַרקע לאָקאַלע ייִדיש־סבֿיבֿה.
נאָך מער אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פֿרײַער בינע שיקט אַ בליצבריוול צו yiddishcafe@gmail.com אָדער גייט צו דער פֿייסבוק־זײַט Yiddish Open Mic Cafe.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.