בראשית – אַ וויסנשאַפֿטלעכע פּערספּעקטיוו

YEHUDA BLUM

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 04, 2018.

בעת מע שרײַבט די טעג אין דער פּרעסע וועגן פּלענער צו שיקן מענטשן ביז דער לבֿנה און מאַרס, איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז די וואָך לייענען מיר די סאַמע „קאָסמישע‟ פּרשה אין דער תּורה.

אויב מע מאַכט אַ חשבון, שטימען אַ סך פּרטים אין אונדזער סדרה מיט דער הײַנטצײַטיקער וויסנשאַפֿט. קודם־כּל, זעט מען אַז אַ צאָל מפֿרשים האָבן נאָך אין דער תּקופֿה פֿון די ראשונים משער געווען, אַז די זעקס „טעג‟ פֿון וועלטבאַשאַף מוזן נישט זײַן בוכשטעבלעכע מעת־לעתן פֿון 24 שעה. דער רמב״ם זאָגט אין זײַן ספֿר „מורה נבֿוכים‟, אַז מע מעג אַפֿילו גלייבן, אַז די וועלט עקזיסטירט אייביק – כּל־זמן מע געדענקט, אַז דער אייבערשטער מישט זיך כּסדר אַרײַן אין עולם־הזה. אין אַ ריי גאָר אַלטע מדרשים – למשל, דער „ספֿר התּמונה‟ – שטייט געשריבן, אַז מיט איבער 6,000 יאָר צוריק זענען געווען אַנדערע תּקופֿות, אַזוי־גערופֿענע „שמיטות‟.

הרבֿ ישׂראל ליפֿשיץ, דער מחבר פֿונעם באַרימטן פּירוש „תּפֿארת ישׂראל‟ אויף משניות, באַטראַכט אָט־די טעמע פֿון קאָסמישע „שמיטות‟ אין זײַן „מאמר אור החיים‟, געוויינטלעך געדרוקט נאָך זײַן קאָמענטאַר צום משניות־סדר „נזיקין‟. ס׳איז אויך מערקווירדיק, אַז ראָש־השנה דערמאָנען מיר נישט דעם ערשטן, נאָר דווקא דעם לעצטן טאָג פֿון מעשׂה־בראשית, ווען דער באַשעפֿער האָט באַשאַפֿן אָדם־הראשון. מאַכט זיך אַן אײַנדרוק, אַז די ערשטע טעג פֿון ששת־ימי־בראשית „פֿאַלן אַרויס‟ פֿונעם געוויינטלעכן מענטשלעכן קאַלענדאַר.

צוריק צו וויסנשאַפֿט. לויט די לעצטע חשבונות, איז דער אוניווערס פֿאַראַן שוין בערך 13.8 מיליאַרד יאָר. אַ דאַנק פֿאַרשיידענע מעטאָדן באַקומען זיך גאַנץ פּינקטלעכע ציפֿערן. צעטיילנדיק די דאָזיקע צאָל אויף זעקס, באַקומט זיך, אַז יעדער „טאָג‟ פֿון ששת־ימי־בראשית האָט געדויערט 2.3 מיליאַרד יאָר.

אין דער תּורה שטייט געשריבן, אַז די זון און די לבֿנה זענען געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן פֿערטן טאָג. לויט די וויסנשאַפֿטלעכע חשבונות, איז אונדזער גאַנצע זונסיסטעם פֿאָרמירט געוואָרן מיט 4.56 מיליאַרד יאָר צוריק – לויטן דערמאָנטן חשבון, טאַקע פּונקט צום אָנהייב פֿונעם פֿינפֿטן טאָג.

די תּורה זאָגט, אַז אויפֿן פֿינפֿטן טאָג האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן די וואַסער־שרצים און די פֿייגלען. וואָס שייך די ים־באַשעפֿענישן, שטימט עס גענוי מיט די געפֿינסן פֿון די ערשטע פּרימיטיווע אָרגאַניזמען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אינעם אָקעאַן מיט אַרום 3.9 מיליאַרד יאָר צוריק. קיין פֿייגלעך זענען אָבער, אויף וויפֿל מע ווייסט, דעמאָלט נאָך נישט געווען.

פֿון דעסט וועגן, ווייסן מיר דאָך, אַז דאָס וואָרט „עוף‟ מיינט אין דער תּורה וועלכע־ניט־איז לופֿט־בריות. למשל, די פֿליִענדיקע אינסעקטן ווערן אָנגערופֿן „שרץ העוף‟. געוויסע מיקראָ־אָרגאַניזמען זענען אין יענער ווײַטער תּקופֿה זיכער שוין אַרומגעפֿלויגן אין דער לופֿטן. הגם דאָ ווײַכן מיר אָפּ פֿונעם פּשוטן פּשט, לייגט זיך אַזאַ אָפּטײַטש אויפֿן שׂכל. דערצו, ווייסן מיר נאָך ווייניק וועגן יענע גאָר ווײַטע צײַטן.

בערך מיט 2 מיליאַרד יאָר צוריק, אויפֿן לעצטן „טאָג‟, האָט זיך אויף אונדזער פּלאַנעט אָנגעהויבן אַ ריזיקער „אויפֿרײַס‟ פֿון לעבן מכּל־המינים. פּונקט דעמאָלט האָט זיך די אַטמאָספֿער אָנגעפֿילט מיט זויערשטאָף, גיבנדיק די מעגלעכקייט זיך צו אַנטוויקלען פֿאַר כּלערליי באַשעפֿענישן.

אַ שווערע קשיא שטעלט מיט זיך פֿאָר דער דריטער טאָג; די תּורה גיט דאָך איבער, אַז דעמאָלט האָט דער רבונו־של־עולם באַשאַפֿן די געוויקסן. ווי אַזוי קאָן דאָס זײַן, אויב די גאַנצע זונסיסטעם, אַרײַנגערעכנט אונדזער ערד, איז דאַן נאָך נישט געווען?

אַ טייל וויסנשאַפֿטלער זענען זיך משער, אַז דאָס לעבן אויף דער ערד איז געקומען פֿונעם ווײַטן קאָסמאָס; אַזאַ טעאָריע איז באַקאַנט ווי דער „פּאַנספּערמיע־היפּאָטעז‟. ס׳איז גאַנץ מעגלעך, אַז מיט 7 מיליאַרד יאָר צוריק האָבן געוויקסן שוין געבליט — אָבער ערגעץ אַנדערש אינעם אוניווערס, אויף אַן אַנדער פּלאַנעט.