לעקציע וועגן די „ביכער־שמוגלער‟ פֿון דוד פֿישמאַן אין שלום־עליכם־צענטער

Lecture About the "Book Smugglers" by David Fishman at the Sholem Aleichem Center

COURTESY OF DAVID FISHMAN

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 05, 2018.

דער שלום־עליכם צענטער אין בראָנקס, נ״י וועט עפֿענען דעם נײַעם סעזאָן מיט אַ לעקציע פֿון פּראָפֿ’ דוד פֿישמאַן: „די פּאַפּיר־בריגאַדע פֿון ווילנער געטאָ‟, זונטיק, דעם 14טן אָקטאָבער 2018, 1:30 נ״מ.

ד״ר פֿישמאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע בײַם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, איז דער מחבר פֿונעם בוך The Book Smugglers: Partisans, Poets and the Race to Save Jewish Treasures From the Nazis, וואָס דערציילט די שפּאַנענדיקע געשיכטע פֿון דער „פּאַפּיר־בריגאַדע‟ פֿון ווילנער געטאָ — די פּאַרטיזאַנער און פּאָעטן ווי, למשל, אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי, וואָס האָבן בשתּיקה געראַטעוועט טויזנטער ייִדישע ביכער און אַנדערע מאַטעריאַלן פֿון די הענט פֿון די נאַציס. אין זײַן רעפֿעראַט וועט ד״ר פֿישמאַן איבערגעבן די פֿאַרכאַפּנדיקע פּרטים פֿון דער מסירת־נפֿשדיקער אָפּעראַציע.

אין דער מוזיקאַלישער פּראָגראַם וועט אויפֿטרעטן די זינגערין מרים־חיה סגל, אַקאָמפּאָנירט פֿונעם פּיאַניסט סטיווען באָרסוק.

אַרײַנגאַנג איז 5$; מיטגלידער — פֿרײַ. דער שלום־עליכם צענטער געפֿינט זיך אויף 3301 ביינברידזש עוועניו, אין בראָנקס, נ״י . נאָך אינפֿאָרמאַציע קלינגט אָן: 917-930-0295