ווי עס ווייסן שוין אַ סך מענטשן פֿון דער ייִדיש־וועלט, בין איך געבוירן און דערצויגן געװאָרן אין ביראָבידזשאַן. לעצטנס בין איך צום ערשטן מאָל אין 24 יאָר צוריקגעפֿאָרן אַהין צוליב עטלעכע סיבות — סײַ פּראַקטישע, סײַ עמאָציאָנעלע.
מײַנע עלטערן, װאָס זײַנען שױן אױפֿן עולם האמת, זײַנען בײדע געװען הײסע ענטוזיאַסטן פֿון ביראָבידזשאַן, אַקטיװ אָנטײלגענומען אין דער שטאָטס בױונג און ביזן לעצטן טאָג דערמאָנט די שטאָט נאָר מיט װאַרעמע ווערטער.
כ׳בין אָנגעקומען אין ביראָבידזשאַן ערבֿ ראש-השנה און דאָס איז בײַ מיר געװען זײער סימבאָליש, װײַל דװקא מיט 30 יאָר צוריק האָב איך דאָרט אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש און אין דער זעלבער צײַט געהאַט די חוצפּה צו ווערן אַ ייִדיש־לערער סײַ מיט קינדער, סײַ מיט דערװאַקסענע. אין יענעם יאָר, אין מיטן סעפּטעמבער, שפּאַצירנדיק אױף דער שלום־עליכם גאַס, האָב איך געטראָפֿן אַ באַקאַנטן װאָס האָט מיר געװוּנטשן אַ פֿרײלעכן יום-טובֿ. איך האָב אױף אים אָנגעקוקט װי אַ האָן אין בני-אָדם און געפֿרעגט װעגן װאָסער יום-טובֿ ער רעדט. האָט ער, אױף אַ ייִדישן אופֿן, מיר געענטפֿערט: „צי װײסטו ניט אַז הײַנט איז אַ ייִדישער יום-טובֿ?‟ איך האָב קײן אַנונג ניט געהאַט און געבעטן ער זאָל מיר זאָגן װאָסער יום-טובֿ עס איז. האָט ער מיר געשטעלט נאָך אַ שאלה: „דו װײסט ניט אַז ס׳איז ראש-השנה?‟ דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל אין מײַן 27־יאָריקן לעבן װאָס איך האָב געהערט פֿון אַזאַ יום־טובֿ. דער עפּיזאָד האָט געמאַכט אױף מיר זײער אַ שטאַרקן רושם און האָט מיך דערמוטיקט זיך צו גריבלען װאָס טיפֿער אין די אוצרות פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
זינט איך בין געקומען קיין ניו-יאָרק, האָב איך געזאַמלט כּלערליי מאַטעריאַלן װעגן ביראָבידזשאַן, מיטן צװעק איבערצוגעבן די פּובליקאַציעס די פּאַסיקע אינסטיטוציעס פֿון מײַן הײמשטאָט. איך האָב, למשל, אָנגעזאַמלט אַ שלל מאַטעריאַלן װעגן דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט, בתוכם אַ קאָמפּלעט פֿון „נײַלעבן‟ (1950-1935) — די פּעריאָדישע אױסגאַבע אױף ייִדיש און ענגליש פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, סימפּאַטיקער פֿונעם סאָװעטן-פֿאַרבאַנד. די הױפּט-טעמע פֿון יענעם זשורנאַל איז אַלע יאָרן געװען ביראָבידזשאַן. קוקנדיק אױף די פֿילצאָליקע נומערן פֿון „נײַלעבן‟ קען מען זיך דערוויסן די טאָג-טעלעכע געשעענישן פֿון דער געגנט און זיך באַקענען מיט די ביראָבידזשאַנער תּושבֿים, לײענען די נײַעס, עדיטאָריאַלן, לידער, דערצײלונגען און פּיעסעס װעגן דער שטאָט, זען הונדערטער ענטוזיאַסטישע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן וכדומה.
אָט דעם קאָמפּלעט, צוזאַמען מיט צענדליקער פּאַמפֿלעטן און ביכער װעגן דער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט, האָב איך מיטגעבראַכט מיט זיך קיין ביראָבידזשאַן און דאָס װעט דערמעגלעכן די אָרטיקע פֿאָרשערס און װיסנשאַפֿטלער צו ניצן די מאַטעריאַלן אין דער געגנלעכער ביבליאָטעק. אַ דאַנק װאַלערי גורעװיט, דעם אָנפֿירער פֿונעם צענטער „קולטור־ירושה פֿון דער ייִדישער אױטאָנעמער געגנט‟, װעלן די דיגיטאַליזירטע מאַטעריאַלן ווערן צוטריטלעך צו אַלעמען איבער דער גאַנצער װעלט, ספּעציעל יענע, װאָס װילן זיך באַקענען מיט דער געשיכטע און אַנטװיקלונג פֿונעם אָרט.
נאָך אַ ציל פֿון מײַן רײַזע איז געװען זיך צו טײלן מיט מײַן דערפֿאַרונג װי אַ ייִדיש־לערער און לערנען ייִדיש צו קינדער און דערװאַקסענע וואָס וווינען דאָרט הײַנט, כּדי זײ צו װײַזן װי שײן און צוטריטלעך איז ייִדיש; װי װיכטיק עס איז צו לערנען די שפּראַך אין אַ טעריטאָריע װאָס טראָגט נאָך אַלץ דעם נאָמען „די ייִדישע אױטאָנאָמע געגנט‟, װאָס אַ סך ייִדן האָבן זי אױפֿגעבױט און װוּ מע קען נאָך אַלץ זען די שילדן פֿון די גאַסן, אַדמיניסטראַטיװע און קולטורעלע בנינים אױף ייִדיש. כ׳בין געװען באַגײַסטערט פֿון אַזאַ מעגלעכקײט און געלערנט ייִדיש אין אַ רעגולערער שול פֿאַר מער װי צוואַנציק 10־11־יעריקע תּלמידים; פֿאַר 18 קינדער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער זונטיקשול און פֿאַר מער װי 20 דערװאַקסענע פֿון די נאָר װאָס אָנגעהױבענע ייִדיש-קורסן. דער אינטערעס און ענטוזיאַזם זײַנען געװען עכט. די האָפֿענונג איז אױך פֿאַראַן.
אַ דאַנק דער שטיצע פֿונעם „אַרבעטער-רינג‟ און דער פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון סטיווען און איוו מילשטײן, װעל איך אויך קענען פֿאַרװירקלעכן מײַן חלום — אַרױסגעבן אַ רוסישע איבערזעצונג פֿון מײַן ענגליש־שפּראַכיקן מעטאָדיש בוך פֿאַר לערערס װאָס לערנען קינדער ייִדיש, כּדי די הײַטצײַטיקע רוסיש-רעדנדיקע לערערס זאָלן עס קענען ניצן בײַם לערנען רוסיש-רעדנדיקע קינדער ייִדיש. יעלענאַ סאַראַשעװסקאַיאַ, די הױפּט-רעדאַקטאָרשע פֿון דער צײַטונג „ביראָבידזשאַנער שטערן‟ (אַגבֿ, די אײנציקע צײַטונג אין רוסלאַנד װאָס גיט אַרױס יעדע װאָך צוויי זײַטלעך אױף ייִדיש), װעט מיר העלפֿן איבערזעצן דאָס בוך אױף רוסיש און איך װיל עס װידמען מײַנע עלטערן. דערבײַ װעט מען קענען ניצן די אױסגאַבע ווי אַ צוגאָב צום לערנבוך פֿאַר אָנהײבערס װאָס יעלענאַ האָט געהאַט אַרױסגעגעבן אין 2016. יעלענאַ איז אײנע פֿון די װיכטיקסטע און איבעגעגעבנסטע מענטשן, װאָס האַלטן ייִדיש בײַם לעבן דאָרט — אױף צו להכעיס אַלע שװעריקײטן.
די נסיעה האָט מיר געשאַפֿן אַ סך פֿרײד, זעענדיק די טײַערע מענטשן (אַרײַנגערעכנט מײַן פֿרײַנד װאָס איך קען זינט מיר זײַנען געװען פֿינף יאָר אַלט; מײַנע לערערס, קרובֿים און באַקאַנטע) און שפּאַצירנדיק איבער די גאַסן פֿון מײַן קינדהײט און יוגנט. דערבײַ איז גלײַכצײַטיק געװען אַ ביסל טרױעריק צו זען װי ייִדיש, די אָפֿיציעלע שפּראַך פֿון דער געגנט, פֿאַרשװינדט, װערט פֿאַרטראָטן אָפֿט מאָל מיט העברעיִש, אָדער אין גאַנצן אָפּגעװישט. דער היגער אוניװערסיטעט, דער געװעזענער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט (לערערס קאָלעדזש), װאָס טראָגט שלום עליכמס נאָמען האָט מער ניט קײן זכר פֿונעם ייִדיש-ענגלישן אָפּטײל װאָס איך האָב מיט יאָרן צוריק געהאָלפֿן גרינדן. קײן ייִדישער אות איז ניטאָ אינעם שילד פֿונעם אוניװערסיטעט. איך האָף אַז דאָס װעט זיך אין גיכן בײַטן און איך פֿאַרבעט אַלע, װאָס זײַנען פֿאַראינטערעסירט אין אָפּהיטן און אַנטװיקלען ייִדיש און ייִדישע קולטור אין ביראָבידזשאַן צוצוהעלפֿן מיט דער שאַפֿערישער אַרבעט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.