ייִדיש־אַקטיוויסט בעלאַ בריקס קלײַן אינטערוויוירט אויף טעלעוויזיע

Yiddish Activist Bella Bryks Klein Interviewed On TV


פֿון פֿאָרווערטס־רעדאַקציע

Published October 09, 2018.

דעם 8טן אָקטאָבער האָט אַן ענגליש־שפּראַכיקע נײַעס־פּראָגראַם אויף דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע אינטערוויויִרט צוויי פֿיגורן פֿון דער ישׂראלדיקער ייִדיש־וועלט: דעם אַקטיאָר יוני אילת און די ייִדיש־אַקטיוויסטקע בעלאַ בריקס קלײַן.

אין דעם 7־מינוטיקן אינטערוויו אויף דער פּראָגראַם Holyland Uncovered [דאָס הייליקע לאַנד, אַנטפּלעקט], האָט די מאָדעראַטאָרין דזשאָרדאַנע מילער געשטעלט אילת און בריקס קלײַן אַ ריי פֿראַגעס וועגן דעם באַנײַטן אינטערעס צו ייִדיש אין מדינת־ישׂראל.

Holyland Uncovered איז אַ וועכנטלעכע פּראָגראַם וועגן רעליגיע, אמונה און דער געשיכטע פֿון ארץ־ישׂראל. צווישן די אַנדערע טעמעס וואָס מע האָט לעצטנס געדעקט אין דער סעריע: „די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל‟; „אַ סליחות־טור אין ירושלים‟, און „קבלה און טו בשבֿט‟.

איר קענט זען די פּראָגראַם וועגן ייִדיש אין ישׂראל דאָ: