די פּראָדוצענטן פֿון אַ צוויי־שפּראַכיקן קורצן פֿילם, „40 ניקלס‟, זוכן ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן צו שפּילן דרײַ ראָלעס אינעם פֿילם, אין וועלכן די דיאַלאָגן ווערן דורכגעפֿירט אויף ייִדיש און ענגליש. מע וועט פֿילמירן דאָס ווערק אין ניו־יאָרק פֿונעם 4טן ביזן 11טן דעצעמבער 2018.
די רעזשיסאָרין, יזמין גאָרענבערג, איז אַ פֿילמאָגראַף וואָס איז געבוירן און דערצויגן געוואָרן אין ירושלים. נאָכן דינען פֿינעף יאָר אין צה״ל איז זי געקומען קיין ניו־יאָרק, און שטודירט איצט קינאָ אינעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע דרײַ יאָר האָט זי שוין רעזשיסירט צוויי פֿילמען און געאַרבעט ווי אַ קינעמאַטאָגראַף אויף [אַ גאַנצער ריי פֿילמען, סײַ דאָקומענטאַרן סײַ נאַראַטיוון]
Yasmin Gorenberg, Director of Photography - Reel 2018 from Yasmin Gorenberg on Vimeo.
„40 ניקלס‟ קומט פֿאָר אין די צײַטן פֿון דער מזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער אימיגראַציע קיין אַמעריקע בײַם אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אַ יונגער ייִדישער בחור, נאָרם, באַמיט זיך צו שפּאָרן גענוג געלט אַז ער זאָל קענען מקיים זײַן זײַן חלום צו פֿליִען אין אַן עראָפּלאַן. אָבער ווען ער דערוויסט זיך וועגן עפּעס וואָס איז אַ מאָל פֿאָרגעקומען אין דער משפּחה מוז ער באַשליסן צי ער וועט קענען בײַקומען די משפּחה־טראַומע כּדי צו רעאַליזירן זײַן פֿאַרלאַנג.
אַקיטאָרן ווערן איצט געזוכט צו שפּילן די דרײַ ראָלעס:
1) נאָרמס באָבע, וואָס איז עלטער פֿון 55 יאָר, קומט פֿון אַ שטעטל אין אוקראַיִנע און איז אַ טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿרוי. זי שטיצט אירע קינדער און אייניקלעך מיט וואַרעמקייט און ליבשאַפֿט; זי איז ווי אַ צווייטע מאַמע בײַ אים.
2) נאָרמס מאַמע, עטל, וואָס איז צווישן 27 און 37 יאָר אַלט, האָט אימיגרירט פֿון אוקראַיִנע, וווּ זי האָט אָנגעוווירן אַ סך פֿרײַנד און קרובֿים. זי וויל שטאַרק באַשיצן איר קינד. זי איז אַ ליבעוודיקע מאַמע, טאָכטער און ווײַב, און אַרבעט אין דער משפּחהס שפּײַזקראָם מיט איר מאַן, איציקן.
3) נאָרמס טאַטע, איציק, איז צווישן 33־43 יאָר אַלט. אַן אימיגראַנט פֿון אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט ער איצט אַ שפּײַזקראָם. ער איז אַ ליבעוודיקער מאַן, אַ שווערער אַרבעטער און פּרוּווט צו באַשיצן זײַן משפּחה ווי ווײַט מעגלעך.
אויב איר זענט פֿאַראינטערעסירט אין אויספּרוּוון, שיקט אַ בליצבריוו צו
Olivia Krueger ok663@nyu.edu
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.