נאָך זיבעציק יאָר זינט דער אַנטשטײונג פֿון מדינת־ישׂראל האָט בנימין נתניהו, דער ישׂראלדיקער פּרעמיער מיניסטער, זיך לעצטנס אויפֿגעכאַפֿט פֿונעם לאַנגן דרימל וואָס בן־גוריון האָט פֿאַרזײט בײַם בראשית פֿון אונדזער „חי! חי! וקים!‟ נעמלעך: „לאָמיר אָפּהאַקן די לעצטע צוויי טויזנט יאָר פֿון אונדזער ייִדישער געשיכטע אין גלות, מיט איר קולטור, טראַדיציעס, ייִדיש־לשון און שעפֿערישקייט, און לאָמיר באַשאַפֿן אַן ערשט פֿון דער נאָדל אַוועק ייִדן און אים באַקרוינען מיטן יום־טובדיקן נאָמען: „ישׂראלי‟!
איז מיר ערשט געקומען אויפֿן זינען ווי דער מהר״ל פֿון פּראָג, הרבֿ בן יהודה הלוי בצלאל (1609 ־ 1512), האָט אַמאָל באַשאַפֿן אַ גולם, און האָט אין אים אַרײַנגעבלאָזן אַ לעבעדיקן אָטעם און אים געהייסן גיין פֿאַרטײדיקן די ייִדן פֿון אַן אומגליק. איז דאָך אַ גולם נישט מער ווי אַ גולם, איז אַנשטאָט פֿאַרטײדיקן די ייִדן האָט זיך דער גולם אַנטקעגנגעשטעלט די ייִדן און זיי שיעור נישט אָפּגעטאָן אַ שאָדן.
נו, ס׳דערמאָנט אײַך אין עפּעס? מיך דערמאָנט עס אין דער מעשׂה ווען בן־גוריון האָט אַרײַנגעבלאָזן אין דער ייִדישער נשמה פֿון אונדזער פֿאָלק און גענומען באַשאַפֿן אַ נײַעם ייִדן און אים אַ נאָמען געגעבן „ישׂראלי‟.
האָט זיך פּלוצעם אונדזער פּרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו אויפֿגעכאַפּט און באַשלאָסן אין מיצקע דרינען אַז ישׂראל איז אין דער אמתן אַ „ייִדיש לאַנד‟, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די ייִדן אין מדינת־ישׂראל רופֿן זיך ישׂראלים. מזל־טובֿ!
איז בײַ מיר אין מוח אויפֿגעשוווּמען די קלאָץ־קשיא: וועמען מיינט ער? קען עס זײַן אַ ישׂראלדיקער אַראַבער? אַ ישׂראלדיקער בעדויִנער? אַ ישׂראלדיקער קריסט? אַ ישׂראלדיקער דרוז? אַ ישׂראלדיקער קאָפּט? אָט די אַלע פֿעלקער וואָס לעבן אין דער מדינה פֿאַרמאָגן דאָך ישׂראלדיקע פּאַספּאָרטן ווײַל זיי לעבן אין ישׂראל און מיר אונטערשיידן זיך פֿון זיי בלויז מיט „איין קלייניקייט‟; דערמיט וואָס מיר זײַנען „ישׂראלדיקע ייִדן‟!
עפּעס דאָס וואָרט „ייִד‟ מוטשעט אונדז ייִדן דורות לאַנג וווּ מיר זאָלן נישט זײַן, מסתּמא אַן איבערבלײַבעכץ פֿון אַנטיסעמיטישן האַס קעגן אונדז. שעמען מיר זיך דערמיט, באַהאַלטן מיר עס אויס ווי עס וואָלט געווען אַ פֿלעק אין דער משפּחה. עס גייט אונדז אין לעבן זיך כּסדר אויסצומישן מיטן אַרום.
ווען מע פֿרעגט איינעם פֿון אונדז: „ווער ביסטו?‟ ענטפֿערט יענער: „איך בין אַן אַמעריקאַנער! אַ פֿראַנצויז! אַן ענגלענדער! אַ ישׂראלי!‟ זעלטן ווען „אַן אַמעריקאַנער ייִד! אַ פֿראַנצויזישער ייִד! אַ ישׂראלדיקער ייִד!‟ דער עיקר דאָ איז דאָס וואָרט „ייִד‟. עס קרענקט אונדז! מיר האָבן עס איבערגענומען פֿון די אומות־העולם וואָס האָבן עס פֿאַרוואַנדלט אין אַ זידל־וואָרט. איז הערט זיך צו, מענטשן־קרוין, נאָך אַלעמען זײַנען מיר דאָך אַן אויסדערוויילט פֿאָלק, איינס אין דער וועלט, נישטאָ קיין פֿאָלק וואָס קען זיך פֿאַרגלײַכן צו אונדז, מיר זײַנען אַן עם־הספֿר, ביז אַהער האָבן מיר אפֿילו גערעדט אויף אונדזערע אייגענע ייִדישע לשונות ווי מאַמע־לשון, לשון־קודש, לאַדינאָ און נאָך אַ קימא־לן פֿון צענדליקער ייִדישע שפּראַכן, לויט ד״ר מאַקס־ווײַנרײַכן.
מיר האָבן ביזן חורבן אַפּגעהיט אונדזער ייִדישע קולטור, זיך געטובֿלט אין אונדזער ייִדישער געשיכטע, אונדזערע טראַדיציעס, ימים־טובֿים און ריטואַלן, געווען אַ פֿאָלק וואָס האָט נישט אַרויסגעלאָזט דעם בלײַער פֿון האַנט, געהאַלטן אין איין שרײַבן, פֿאַרשרײַבן און איבערשרײַבן, געהאַלטן פּנקסים כּמעט אין יעדן בית־כּנסת אין די שטעטלעך אין גלות, וווּ עס זײַנען געווען פֿאַרשריבן די טעגלעכע געשעענישן.
מיר האָבן אָפּגעהיט אונדזערע הייליקע ספֿרים, די ייִדישע ליטעראַרישע קונסטווערק, די רבנישע ליטעראַטור, קינדער־ליטעראַטור, ייִדישע חכמות, קללות, לצנות, קצבֿים־שפּראַך און קבצנים־שפּראַך, חסידים־שפּראַך, לינקע פּאַרטייען שפּראַך, גנבֿים־שפּראַך, דלפֿנים־שפּראַך, פֿאַרשיידענע בעל־מלאכות שפּראַך, אַקטיאָרן־שפּראַך, וווּ יעדעס שטעטל און אין יעדער געגנט האָט מען זיך געהאַט זײַן אייגענעם דיאַלעקט, פֿון ייִדישן טעאַטער און קונסט שפּראַך… איז דאָס אַלץ אַוועק מיטן רויך פֿונעם חורבן און דעם דײַטשן מלאך־המות און אויך, להבֿדיל, מיט דער עטאַבלירונג פֿון מדינת־ישׂראל, שוין אָפּגערעדט פֿון דער אַסימילאַציע.
וווּ זשע האַלטן מיר? מיר האַלטן בײַם מזל־טובֿ! און זאָל זײַן מיט מזל־ברכה און מיט גרויס הצלחה די אַנערקענונג, סוף־כּל־סוף, אַז מדינת־ישׂראל איז אַ „ייִדיש‟ לאַנד, אין אַ ייִדישער מדינה. אמן סלה!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.