פֿון אונדזער אַרכיוו: רײַזעבוך וועגן פּאַלעסטינע מיט אַ ייִדישן טעם

From the Forverts Archives: Travelogue Of Palestine with a Yiddish Twist

Palmach Archive/Forverts Archive

פֿון יונה לובין

Published October 12, 2018.

*לכתּחילה געדרוקט: דעם 21סטן יאַנואַר 1926

אין 1926 איז ארץ־ישׂראל ערשט געהאַט געוואָרן אַ בריטישע קאָלאָניע מיט עטלעכע יאָר פֿריִער און מע האָט אַ סך אַרומגערעדט די פֿראַגע, צי זי וואָלט געקענט דינען ווי אַ נאַציאָנאַלע היים פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק.

לויטן יאָר אין וועלכן מע האָט פּובליקירט דעם אַנאָנס, וואָלט דער מחבר, ד׳׳ר ב. האָפֿמאַן (זײַן אַדאָפּטירטער נאָמען „צבֿיון‟ באַטײַט אַ מין קליינער ברוינער אַנטעלאָפּ), געווען אין ארץ־ישׂראל בעת דער תּקופֿה פֿון דער „דריטער עליה‟, ווען אַ סך ייִדן זענען אַנטלאָפֿן פֿון מיזרח־אייראָפּע צוליב פּאָגראָמען און פּאָליטישער אומסטאַבילקייט. עס קען אויך זײַן, אַז ער איז געווען דאָרטן בעת דער תּקופֿה פֿון דער „פֿערטער עליה‟, ווען מע האָט געהאַלטן אין מיטן בויען די אָרטיקע שטעט ווי תּל־אָבֿיבֿ.

ווי עס זאָל נישט זײַן, איז ד׳׳ר ב. האָפֿמאַן (צבֿיון) געווען אין ארץ־ישׂראל בעת אַ היסטאָרישן ווענדפּונקט, גלײַך נאָך דעם ווי זי איז געוואָרן אַ בריטישע טעריטאָריע און אין די ערשטע יאָרן, ווען די צוקונפֿט פֿון דער מדינה האָט זיך געהאַלטן אין פֿאָרמירן. אַזעלכע רײַזעביכער וועגן ארץ־ישׂראל זענען געווען זייער פֿאַרשפּרייט אין יענע צײַטן, ווײַל די ייִדן אין די תּפֿוצות זענען געווען שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די לעצטע אַנטוויקלונגען פֿון אַ מעגלעכן ייִדישן היימלאַנד. כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער פֿאָרווערטס האָט אַליין פֿאַרשפּרייט דאָס בוך: פֿאַר אַ דאָלאַר האָט מען עס געקענט קויפֿן אינעם הויפּטביוראָ פֿון דער צײַטונג.