ייִדיש־ און קאָכקלאַסן אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים

Yiddish Language and Cooking Classes in Tel Aviv and Jerusalem

Yiddish Ort

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 15, 2018.

די פּאָפּולערע ייִדיש־לערער און פֿאָרשער, ד׳׳ר מרים טרין און אליעזר ניבאָרסקי, זענען באַקאַנט אויף דער ייִדישער גאַס ניט בלויז פֿאַרן האָבן געלערנט אָן אַ שיעור סטודענטן מאַמע־לשון, נאָר אויך פֿאַר זייער ראָלע ווי כּלל־טוער לטבֿות דער ייִדישער שפּראַך אין ישׂראל און פֿאַרן אויפֿהאָדעווען קינדער, וואָס מאַכן שוין אַליין אַ שם פֿאַר זיך ווי טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן און שרײַבער אויף ייִדיש.

כאָטש ביידע לערנען אין אַ ריי אַקאַדעמישע און אומפֿאָרמעלע פּראָגראַמען און טוען אַ סך אַנדערע עובֿדות אויף דער ייִדישער גאַס, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק פֿאָרט געזען אַ געלעגנהייט (און געהאַט די צײַט און כּוחות) צו גרינדן אַן אייגענע סעריע ייִדיש־קלאַסן. ”ייִדיש־אָרט“, וואָס זיי האָבן לאַנצירט אין 2016, נעמט אַרײַן ייִדיש־קורסן אויף עטלעכע ניוואָען אין דרײַ לאָקאַלן אין ירושלים און תּל־אָבֿיבֿ.

לעצטנס האָט מען אַרויסגעלאָזט אַ בראָשור מיט די אַלע קורסן, וואָס מע וועט לערנען אינעם קומענדיקן זמן. די קורסן, וואָס הייבן זיך אָן זונטיק, דעם 21סטן אָקטאָבער, און ענדיקן זיך יוני 2019, נעמען אַרײַן שפּראַכקלאַסן פֿאַר אָנהייבער, ווײַטהאַלטערס, ליטעראַטור־סעמינאַרן, שמועסקלאַסן און גראַמאַטיק־וואַרשטאַטן. מע וועט אויך אָנפֿירן מיט ספּעציעלע וואַרשטאַטן פֿאַר קינדער, שעפֿעריש שרײַבן און קאָכן.

די קלאַסן און וואַרשטאַטן וועלן פֿאָרקומען אינעם בנין פֿונעם ”פֿאַרבאַנד פֿון ווילנער ייִדן און אומגעגנט“ (תּל־אָבֿיבֿ), אינעם ”געטע־אינסטיטוט“ (תּל־אָבֿיבֿ) און אין דער ירושלימער ”פּלך־שול.“ יעדער קורס קאָסט 1,300 שקלים און טרעפֿט זיך איין מאָל אַ וואָך אויף אַנדערטהאַלב שעה.

נאָך אינפֿאָרמאַציע פֿאַרבינדט זיך מיט ד׳׳ר מרים טרין: miriam.trinh@gmail.com אָדער באַזוכט דאָס פֿייסבוק־זײַטל „ייִדיש אָרט.“.