זינט 2015 האָט די ישׂראלדיקע „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ צוגעטיילט זעקס מענטשן דעם „פּריז פֿאַרן לעבנס־אויפֿטו‟ לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך. לעצטנס האָט מען געלאָזט וויסן, אַז מע וועט אין נאָוועמבער צוטיילן די פּרעמיע דער וועלטבאַרימטער זינגערין חוה אַלבערשטיין און דעם פּאָעט און איבערזעצער משה סחר.
להיפּוך צו ס׳רובֿ באַקאַנטע ישׂראלדיקע זינגער און פֿאַרווײַלער, וואָס רעדן ייִדיש פֿון דער היים, האָט חוה אַלבערשטיין קיינמאָל ניט אויסגעמיטן אַ געלעגנהייט פֿאָרצושטעלן אַ ליד אויף מאַמע־לשון. אַ געבוירענע אין שטשעטשין, פּוילן אין 1946, האָט זי זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1951. צו 16 יאָר האָט זי דעבוטירט ווי אַ זינגערין אין אַ נאַכטקלוב אין יפֿו און אין גיכן געמאַכט אַ שם פֿאַר זיך. אַ פּאָר יאָר שפּעטער, נאָכן פֿאַרענדיקן איר מיליטער־דינסט האָט זי אַרויסגעלאָזט אירע ערשטע דרײַ אַלבאָמען אויף העברעיִש און איז אין גיכן פֿאַררעכנט געוואָרן פֿאַר איינער פֿון די וויכטיקסטע זינגערינס אין לאַנד.
אין 1968 האָט זי באַשלאָסן, שטאַרק קעגן דעם שטראָם פֿון דער סאַבראַ־געזעלשאַפֿט, אַליין צו פּראָדוצירן און אַרויסלאָזן אַן אַלבאָם ייִדישע לידער. „מאַרגאַריטקעלעך‟, וואָס איז אַרויס אין 1969, איז געווען, אַחוץ די אַלבאָמען פֿון דוד עשת, דער איינציקער אַלבאָם פֿון אַ יונגער ישׂראלדיקער זינגערין אויף ייִדיש אין יענער תּקופֿה. אין די 1970ער יאָרן האָט זי אַרויסגעלאָזט נאָך דרײַ אַלבאָמען ייִדישע פֿאָלקסלידער.
אין די 1980ער יאָרן האָט אַלבערשטיין אָנגעהויבן שאַפֿן נײַע זינגלידער דורך צופּאַסן אַליין־געשאַפֿענע מעלאָדיעס צו העברעיִשער פּאָעזיע. אין די 2000ער — האָט זי געטאָן דאָס זעלביקע מיט ייִדישע לידער. איר אַלבאָם „לעמעלע,‟ (2006) נעמט אַרײַן לידער פֿון בינעם העלער, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, איציק מאַנגער, מאַני לייב, איציק פֿעפֿער און נאָך, באַגלייט פֿון אַלבערשטיינס אָריגינעלער מוזיק. „לעמעלע‟ איז געוואָרן אַן אומדערוואַרטער שלאַגער אין ישׂראל, וווּ עס איז אַפֿילו געשטאַנען עטלעכע וואָכן אויף דער רשימה פֿון די בעסט־פֿאַרקויפֿטע אַלבאָמען אין לאַנד.
אינעם זעלביקן יאָר האָט אַלבערשטיין באַקומען דעם „פּריז אויפֿן נאָמען פֿון דוד האָפֿשטיין‟ צוליב יענעם אַלבאָם און, ווי מע האָט עס דערקלערט, פֿאַר איר „מוט‟ בײַם פֿאָרשטעלן לידער אויף ייִדיש, אַפֿילו ווען אירע צוהערער האָבן זיי ניט שטענדיק געוואָלט הערן. ביזן הײַנטיקן טאָג גיט חוה אַלבערשטיין זעלטן ווען אַ קאָנצערט, אין וועלכן זי זינגט ניט עטלעכע לידער אויף מאַמע־לשון.
דער דיכטער און איבערזעצער משה סחר איז געבוירן געוואָרן אין לאָדזש אין 1928 און זיך באַזעצט אין ישׂראל אין 1948. אַחוץ זײַנע ביכער לידער איז סחר באַקאַנט פֿאַרן איבערזעצן פֿילם־סצענאַרן און פּיעסעס פֿון העברעיִש, צווישן זיי — דעם ייִדיש־שפּראַכיקן פֿילם („בית אַבֿי‟)[https://yiddish2.forward.com/node/1712.html] און אַ ריי פּיעסעס פֿאַרן „ייִדישפּיל־טעאַטער‟. סחר האָט אויך איבערגעזעצט אַ ריי באַרימטע פּאָפּולערע לידער פֿון ענגליש, רוסיש און העברעיִש אויף ייִדיש, אַרײַנגערעכנט „די שוואַרצע קאַץ‟ אויף דוד עשתס אַלבאָם פֿון „פֿאַרבאָטענע‟ סאָוועטישע לידער, משה יעס׳ שלאַגער „מײַן זיידע‟ און די לידער פֿונעם פֿילם „די צוויי קוני־לעמל‟. סחרס לידער און איבערזעצונגען האָבן רעקאָרדירט, צווישן אַנדערע, דוד עשת, קאַרסטן טרויקע, מײַק בורשטיין און זשעניע פֿײַערמאַן.
די צוטיילונג־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דינסטיק, דעם 20סטן נאָוועמבער, 5 אַ זייגער אין אָוונט אין דער רעזידענץ פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעזידענט ראובֿן ריוולין (3 הנשיא גאַס, ירושלים). כּדי צו זען די פּראָגראַם דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער דורכן אָנקלינגען 03-6006325 אָדער דורכן שרײַבן דער „ייִדיש־אינסטאַנץ‟ אויף Yiddish@yidreshut.co.il.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.