דײַטשן רעמאָנטירן הײַזער פֿון ישׂראלדיקער שארית־הפּליטה

Germans Renovate Homes of Holocaust Survivors in Israel

פֿון דזשאָסעפֿין דאָלסטען (ייִט׳׳אַ)

Published October 18, 2018.
אַ וואָלונטיר בײַם מאָלן אַ הויז אין ישׂראל.
Saxon Friends of Israel
אַ וואָלונטיר בײַם מאָלן אַ הויז אין ישׂראל.

הרבֿ זלמן ווישעדסקי האָט געהאַט אַן אומדערוואַרט באַגעגעניש פֿליִענדיק לעצטנס קיין ישׂראל.

ווישעדסקי, וואָס איז אָפּגעפֿאָרן פֿון באַזל אין דער שווײץ, וווּ ער דינט ווי אַ חב׳׳ד־שליח, האָט געהאַלטן אין מיטן דאַווענען אינעם עראָפּלאַן װען אַ צװײטער פּאַסאַזשיר האָט אים איבערגעגעבן אַ שטיקל פּאַפּיר.

אויפֿן פּאַפּיר איז געשטאַנען א באַשרײַבונג פֿון דער אַרבעט, וואָס עס טוט די אָרגאַניזאַציע „סאַקסאָנער פֿרײַנד פֿון ישׂראל‟. די אָרגאַניזאַציע שיקט דײַטשישע וואָלונטירן קיין ישׂראל, זיי זאָלן בחינם רעמאָנטירן די הײַזער פֿון שארית־הפּליטה ייִדן.

די צוויי האָבן זיך צערעדט. דער צװײטער פּאַסאַזשיר, װאָס הייסט ראָלאַנד, איז אַ הויזמאָלער פֿונעם דײַטשישן שטאַט באַדען־וווּרטעמבערג, און האָט דערקלערט, אַז שוין פֿינף יאָר פֿאָרט ער צוויי מאָל אַ יאָר קיין ישׂראל כּדי צו רעמאָנטירן די וווינונגען.

„איך קען ניט פֿאַרריכטן דאָס וואָס מײַן פֿאָלק האָט אָפּגעטאָן מיט זיבעציק יאָר צוריק,‟ האָט דער מאַליער געזאָגט דעם רבֿ. „אַלץ וואָס איך קען טאָן איז מאָלן. איך טו דאָס, כּדי אַרײַנצוברענגען אין דער וועלט אַ שטיקל יושר.‟

אין אַ פּירסום־ווידעאָ, וואָס די אָרגאַניזאַציע „סאַקסאָנער פֿרײַנט פֿון ישׂראל‟ האָט געשטעלט אויף יוטוב אין 2013, דערקלערט אַ וואָלונטיר, אַז ביידע זײַנע עלטערן זענען געווען פֿאַרברענטע נאַציסטן און אַז ער איז דער איינציקער אין דער משפּחה, וואָס וויל „עפּעס טאָן וועגן דעם ענין.‟

הרבֿ ווישעדסקי, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין ישׂראל אָבער וווינט שוין 16 יאָר אין באַזל, איז געווען טיף גערירט.

„אַמאָל טוט מען גאָרנישט פֿאַר אַנדערע, ווײַל מע קען דאָך ניט ענדערן די גאַנצע וועלט,‟ האָט הרבֿ ווישעדסקי געזאָגט דער „ייִט׳׳אַ.‟ „ער האָט מיר אָבער געזאָגט, אַז אַפֿילו אויב מע קען בלויז פֿאַרשענערן איין פֿרויס הויז, איז עס פֿאָרט כּדאַי.‟

ווישעדסקי האָט געמאַכט אַ „סעלפֿי‟ מיט ראָלאַנד און געשטעלט דאָס בילד אויף זײַן „פֿייסבוק‟־זײַט, בײַנאַנד מיט אַ באַשרײַבונג אויף העברעיִש פֿון זײַן אומדערוואַרטן באַגעגעניש. נאָך דעם וואָס אַ שרײַבער און היסטאָריקער עמנואל מילער האָט אים איבערגעזעצט אויף ענגליש האָט דער פּאָסט זיך פֿאַרשפּרייט איבער דער אינטערנעץ.

די יט״אַ האָט פּרובירט זיך צו שטעלן אין קאָנטאַקט מיט די „סאַקסאָנער פֿרײַנד פֿון ישׂראל‟ אָבער האָט ניט באַקומען קיין ענטפֿער.

פֿון זײַן זײַט האַלט ווישעדסקי אין איין רעדן מיט זשורנאַליסטן פֿון ישׂראל און אַמעריקע. „איך געניס פֿון מײַן פֿופֿצן־מינוטיקער באַרימטקייט,‟ האָט ער זיך געוויצלט.