אויף מאָרגן, נאָך יום־כּיפּור תשע”ט, איז פֿון וואַרשע אומגעריכט אָנגעקומען די שוידערלעכע, דערשיטערנדיקע ידיעה, אַז קאָבי ווײַצנער איז געשטאָרבן. ער איז געווען סך־הכּל 67 יאָר אַלט.
אַ סך צווישן די ייִנגערע ליבהאָבער, פֿאָרשער און ענטוזיאַסטן פֿון ייִדיש ובפֿרט די וואָס זײַנען טעטיק אין פּוילן, אָדער וואָס קומען פֿון פּוילן, קענען אים ווי אַ באַליבטן לערער און לעקטאָר פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין דעם וואַרשעווער „צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור‟ און אַנדערע דאָרטיקע אינסטיטוציעס. מע קען אים אויך ווי דער ליטעראַרישער דירעקטאָר פֿונעם ייִדישן מלוכהשן טעאַטער אין וואַרשע, וווּ ער האָט סײַ געלערנט די אַקטיאָרן ייִדיש און ייִדישקייט, און סײַ זיך אָפּגעגעבן מיט ליטעראַרישער און דראַמאַטיש־קריטישער לייטונג פֿון נײַע און באַנײַטע אויפֿפֿירונגען און אימפּרעזעס אין דעם טעאַטער.
אַנדערע געדענקען אים פֿון די 1980ער און 1990ער ווען ער האָט געוווינט אין ניו־יאָרק און פֿלעג אויפֿטרעטן מיט זײַנע אייגענע הומאָריסטישע מאָנאָלאָגן, מיט אמתע אָדער אויסגעדאַכטע אינטערוויוען און אינסצענירונגען, אויף דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס־שעה‟. מע זאָגט, אַז ער איז געווען שטאַרק באַליבט מיט זײַן פּראָגראַם בײַ די צוהערער, ספּעציעל צווישן די חסידישע יונגעלײַט, וואָס האָבן געקראָגן חשק צו זײַנע ראַדיאָ־אויפֿטריט סײַ צוליב זײַן בײַסיקן חוש־הומאָר און סײַ צוליב זײַן נאַטירלעכן פּוילישן ייִדיש.
נאָך אַנדערע קענען אים דורך די שאַרפֿזיניקע ראַדיאָ־ און שריפֿטלעכע באַריכטן וועגן וואַרשע וואָס ער האָט איבערגעשיקט דעם פֿאָרווערטס ביז דער לעצטער וואָך פֿון זײַן לעבן.
עס זײַנען דאָ אויך ניט ווייניק מיטצײַטלער זײַנע, וואָס געדענקען אַז אין 1982 האָט קאָבי פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָראַט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט איבער „שלום־עליכמס טעאַטער‟, אונטער דער אַקאַדעמישער השגחה פֿון חנא שמערוק און אַריה זקס [זאַקס]. זײַן דיסערטאַציע איז אַ וויכטיקע און אַן אָריגינעלע פֿאָרשונג, וואָס פֿאַרנעמט זיך ניט אַזוי מיט אונדזער קלאַסיקערס דראַמאַטישע ווערק גופֿא, נאָר מיט זייער ווײַטערדיקן סצעניש־שעפֿערישן קיום אויף ייִדישע טעאַטער־בינעס ובפֿרט אינעם ייִדישן מלוכהשן טעאַטער אין פּוילן, וווּ ער האָט זיך יענע יאָרן פּערזענלעך באַקענט מיט דעם גרויסן ייִדישן טעאַטער רעזישעסאָר יעקב רויטבוים און מיט רויטבוימס סיסטעם צו שטעלן שלום־עליכמס דראַמעס אויף אַן אייגנאַרטיקן, סצעניש־קינסטלעריש עפֿעקטיוון אופֿן. די דאָזיקע פֿאָרשונג האָט מען עד־היום ניט גענוג אָפּגעשאַצט, אָבער אין 1994 איז זי אַרויס אין אַ באַזונדער בוך אויף ענגליש, Sholem Aleichem in the Theater, וואָס בלײַבט, אַזוי אַרום, צוטריטלעך פֿאַר די נײַע דורות טעאַטער־פֿאָרשער.
נאָך ווי אַ גראַדויִר־סטודענט האָט קאָבי ניט ווייניק בײַגעטראָגן ווי אַן אַסיסטענט פֿאַר צוגרייטן די גאָר וויכטיקע פּובליקאַציע פון איינעם פון זײַנע גרויסע לערער, פּראָפֿ’ חנא שמערוק. דאָס איז דאָס גוט באַקאַנטע ווערק „מחזות מקראיים ביידיש‟ 1750-1697, [ביבלישע דראַמעס אויף ייִדיש פֿון 17טן און 18טן יאָרהונדערט] וואָס שמערוק האָט אויסגעפֿאָרשט און גרינטלעך צוגעגרייט פֿאַרן פֿאַרלאַג פֿון דער ישׂראלדיקער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע אין 1979.
לכתּחילה איז קאָבי געקומען צו ייִדיש דורך טעאַטער ווען עס האָט זיך בײַ אים, צווישן אַנדערן, דערוועקט אַ באַזונדערער אינטערעס צו דער געשיכטע און דעם מהות פֿון פּורים־שפּילן. צוואַנציק יאָר שפּעטער, נאָך שמערוקס מאָנומענטאַלן „מחזות מקראיים‟, דערשײַנט אויך ווײַצנערס פּובליקאַציע פֿון פֿיר פאַרשידענע נוסחאות פֿונעם „מכירת־יוסף שפּיל‟. ס’איז טאַקע אַ סך אַ קלענערע פּובליקאַציע, וואָס שייך פֿאַרנעם און אַנאַליטישקייט, און דאָך איז עס אַ וויכטיקער בײַטראָג צו דער פֿאָרשונג פֿון איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע פּורים־שפּילן אין מזרח־אייראָפּע זינט דעם 19טן יאָרהונדערט און שיִער ניט ביזן חורבן. עס איז אַרויס אין 1999 ווי „מכירת יוסף בתיאטרון העממי היהודי‟ [מכירת יוסף שפּיל אין ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער].
קאָביס אַנדערער אַקאַדעמישער בעל־יועץ — פּראָפֿ’ אריה זקס — איז געווען אַ באַקאַנטער טעאַטער־פֿאָרשער אויפֿן העברעיִשן אוניווערסיטעט. דערצו איז ער אויך געווען אַ בולטער העברעיִשער דיכטער, איבערזעצער און טעאַטער־רעזשיסאָר. אַן ענלעכן מין צונויפֿגוס פֿון אַקאַדעמישער אַרבעט מיט שעפֿערישקייט אין ליטעראַטור און טעאַטער געפֿינט מען אויך בײַ זײַן תּלמיד, קאָבי ווײַצנער.
ווייניקער מענטשן ווייסן, אַז קאָבי ווײַצנער איז אויך געווען אַן אָריגינעלער דראַמאַטורג און אַ שרײַבער אויף ייִדיש און אויף עבֿרית (ער האָט אויך איבערגעזעצט זײַנע אייגענע ווערק אויף ענגליש). אין 1997 איז אַרויס אין ישׂראל אַ זאַמלונג זײַנע ווערק אויף העברעיִש, „אבן גבירול פּינת הירקון וסיפּורים אחרים‟ [„אויפֿן ראָג פֿון אבֿן־גבֿירול גאַס און ירקון גאַס‟ און אַנדערע דערציילונגען]. די זאַמלונג נעמט אַרײַן אויך דעם העברעיִשן נוסח פֿון קאָביס צום בעסטן באַקאַנטער ייִדישער פּיעסע.
זײַן פּיעסע „קאַרפּילעווסקי, אָדער וואָס טוט מען דערמיט‟ איז אַ פֿאַרכאַפּנדיקע, קאָ(ס)מיש אונטעררײַסערישע פֿאַרס־דראַמע. מיט פֿיל יאָרן צוריק האָט מען דעם ערשטן נוסח פֿון דער פּיעסע דראַמאַטיש פֿאָרגעלייענט אין דעם תּל־אָבֿיבֿער סינעמאַטעק (דאַכט זיך נאָך אין די 1980ער). עס האָבן זיך באַטייליקט אַ ריי גלענצנדיקע ישׂראלדיקע (העברעיִשע) אַקטיאָרן און זיי האָבן די פּיעסע אויסגעלייענט און אויסגעשפּילט דווקא אויף ייִדיש.
יאָרן שפּעטער האָט מען דאָס זעלבע געטאָן אויף ענגליש אין אַמעריקע. אויף יענער דראַמאַטישער פֿאָרלייענונג האָט זיך צווישן אַנדערן באַטייליקט דער באַקאַנטער האָליוווּד שטערן אילײַ וואַלאַך. יענע דראַמאַטישע אימפּרעזע האָט מען ווידעאָגראַפֿירט און אַן עפּיזאָד מיט וואַלאַכן האָט קאָבי אַליין נאָך באַוויזן לעצטנס צו דיגיטאַליזירן און אַרויפֿצושטעלן אויף זײַן יוטיוב קאַנאַל.
אין 2012 איז דער אָריגינעלער ייִדישער נוסח פֿון דער פּיעסע אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם „ירושלימער אַלמאַנאַך‟ (באַנד 29). טיילן פֿון איר זײַנען אַרויס אויך אין דעם וואַרשעווער זשורנאַל „סלאָוואָ זשידאָווסקיע‟, וואָס זײַן קלענערן ייִדישן טייל, „דאָס ייִדישע וואָרט‟, האָט טאַקע ער אַליין, קאָבי ווײַצנער, מיט גרויס איבערגעגעבנקייט רעדאַגירט און צוגעגרייט צום דרוק ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן.
קאָבי האָט אַפּנים געשאַפֿן ניט ווייניקער ווי עטלעכע הונדערט פֿעליעטאָנען, הומאָרעסקעס, סקיצעס, קורצע אַרטיקלען און דערציילונגען און לפּחות נאָך צוויי לענגערע פּיעסעס. אין די לעצטע יאָרן איז ער געוואָרן שטאַרק פֿאַרטאָן אין שאַפֿן און אויפֿפֿירן טעאַטער־פֿאָרשטעלונגען פֿאַר און מיט קינדער, וואָס זײַנען צום טייל געווען אויף ייִדיש. לאָמיר האָפֿן אַז אַ זאָרגעוודיקער אויסקלײַב פֿון די אַלע שעפֿערישע ווערק זײַנע וועלן נאָך דערזען די ליכטיקע שײַן סײַ אויף ייִדיש סײַ אין איבערזעצונגען.
לאַנגע יאָרן אין זײַן נע־ונד צווישן ישׂראל, אַמעריקע און אייראָפּע איז קאָבי געבליבן אַ בחור און דאָס האָט אים גראָד צוגעגעבן אַ יוגנטלעך־בחורישן חן און אַ כּסדר אויפֿטוערישע ענערגיע. אָבער סוף־כּל־סוף, שוין זײַענדיק אַ „רגיל‟ אָבער דאָך נאָך ווײַט ניט קיין „זקן‟, האָט ער געפֿונען זײַן באַשערטע און דווקא אין פּוילן. ער און זײַן האַרציקע אָלאַ האָבן אָפֿט גערעדט צווישן זיך אויף ייִדיש; אויך ניט זעלטן אין דער היים מיט זייערע דרײַ קינדער. זיי זײַנען למעשׂה געווען די לעצטע יאָרן די איינציקע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחה אין גאַנץ פּוילן…
קאָבי איז אויך שיִער ניט געווען דער איינציקער ייִדישער שרײַבער אין הײַנטיקן פּוילן. ער האָט געמוזט זיך אויסלעבן צווישן די שאָטנס פֿון זײַנע פֿילצאָליקע דערמאָרדעטע אָדער פֿאַריאָגטע און פֿאַרטריבענע פֿאָרגייער. אין דעם דערשיטערנדיקן וואַקוּוּם איז ער אָבער פֿאָרט געווען שעפֿעריש, פֿול מיט פּלענער, אײַנפֿאַלן און טרוימען און טאַקע מיט ממשותדיקע שעפֿערישע מעשׂים־טובֿים, אָנהאַלטנדיק בשעת־מעשׂה אַ כּסדרדיקן מיטשמועס מיט די גרויסע שאָטנס פון נעכטן — אויף די זעלבע גאַסן און פּראָספּעקטן וווּ מע שפּירט שוין כּמעט לחלוטין ניט די פֿאַרטיליקטע שפּורן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן נעכטן.
קאָן זײַן אַז די סיבה, פֿאַרוואָס אַ טייל קאָביס אַקאַדעמישע און שעפֿערישע אויפֿטוען זײַנען ווייניקער באַקאַנט, שטעקט אין דעם, וואָס ער איז בטבֿע ניט געווען קיין דורכשטופּער פֿון זײַן אייגענער פּראַצע — ניט פֿון דער פֿאָרשערישער און ניט פֿון דער שעפֿערישער. אים האָט ווייניק געאַרט דאָס וואָס מע רופֿט אויף ענגליש „סעלף פּראָמאָושן‟. אים איז טאַקע אָנגעגאַנגען אין טאָן און אין אויפֿטאָן.
אָט האָט ער געפּרוּווט מיט אַלע כּוחות אײַנצופירן ייִדיש ווי אַ שפּראַך־לימוד אין אַ ייִדישער שול אין וואַרשע; אַפֿילו געפֿונען און גענומען מאָביליזירן אַ ריי מיטדענקער און חסידים פֿאַר דעם פּראָיעקט (די „מתנגדים‟ האָבן אָבער לסוף די איניציאַטיוו „לײַטיש‟ באַגראָבן). אָט האָט ער זיך גענומען צום פּאָפּולאַריזירן ייִדיש און ייִדישן פֿאָלקלאָר אויף פּויליש. אין 2008 האָט ער צוזאַמען מיט דער פֿאָרשערין אַלעקסאַנדראַ קרול (זײַן פֿרוי, אָלאַ) און דעם פֿאָטאָגראַף אַנדזשיי פּאָלעץ אַרויסגעגעבן „27 ייִדישע מעשׂהלעך‟ אויף פּויליש. און אָט האָט ער גענומען שאַפֿן אַ ייִדישן קינדער־טעאַטער — טאַקע געשפּילט פֿון די קינדער און בפֿירוש אויף און מיט ייִדיש שטיקלעך פֿון איינער אַזאַ פֿאָרשטעלונג קען מען זען אויף זײַן יוטיוב קאַנאַל. מיט צוויי יאָר צוריק האָט קאָבי אויך געשאַפֿן און מײַסטעריש אויסגעפֿירט דעם ייִדישן נוסח פון אַ חנעוודיקן קאַרטון־פֿילם געבויט אויף דער פֿאָלקס־לעגענדע וועגן דעם כעלעמער גולם.
אויסער פּוילן איז קאָבי די לעצטע יאָרן געוואָרן ברייט באַקאַנט און אָנגעזען מיט זײַנע רעגולערע, אָפֿט קריטישע, קיינמאָל ניט קיין סענטימענטאַלע און תּמיד אינטערעסאַנטע קריטישע קאָרעספּאָנדענצן פֿון איצטיקן פּוילן אין „פֿאָרווערטס‟ (סײַ אויף דער אינטערנעט, סײַ געדרוקטערהייט).
קאָביס גרויסער חלום איז געווען צו מאַכן פֿילמען און ער האָט טאַקע מיט דערפֿאָלג זיך געלערנט בשעתּו אין אַ צענטראַלן ישׂראלדיק „בית ספר לקולנוע‟. ליידער איז זײַן טרוים צו שאַפֿן פֿילמען קיינמאָל ניט מקוים געוואָרן, אָבער מיט אַ יאָר דרײַ צוריק האָט ער אַליין פֿיגורירט אין אַ פֿילם וואָס אַנטפּלעקט אַ צענטראַלן אַספּעקט פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן.
אין 2015 האָט זיך אויפֿן „יוטיוב‟ באַוויזן אַ קורצער פּוילישער פֿילם געווידמעט אין גאַנצן ד”ר קאָבי ווײַצנער און זײַן באַזעצן זיך אין פּוילן. ס’איז אַ דורכדרינגענדיקער חשבון־הנפֿשדיקער מאָנאָלאָג פֿון אַן אוניקאַלער ישׂראלדיקער ייִדיש־פּערזענלעכקייט — וואָס נאָך אַזוי פֿיל וואַנדערונגען איבער די קוים־ייִדיש־רעדנדיקע וועלטן צווישן אַמעריקע, ישׂראל און פּוילן, קערט ער זיך אום און באַזעצט זיך לסוף אין פּוילן. עס הייסט טאַקע „פּאָווראָט‟, דהיינו „אומקער‟. אַ מין אומקערן זיך אַהין וווּ ניט דו, נאָר דײַנע אָבֿות. זײַנען געבוירן און אויפֿגעצויגן געוואָרן. דער פֿילם איז אויף העברעיִש, די מוזיק איז מערסטנס אַ קלאַסישע, די אימאַזשן — פֿון הײַנטצײַטיקער וואַרשע (און אַ ביסל פֿון ישׂראל) אָבער די געדאַנקען, די געפֿילן און דער גרויסער היימוויי – כּולו ייִדיש.
די אַלע אויבן דערמאָנטע פּרטים שעפּן ניט אויס אַלץ וואָס ד”ר יעקבֿ (קאָבי) ווײַצנער האָט באַוויזן אויפֿצוטאָן אין משך פֿון זײַנע קאַרגע 67 יאָר.
ער וועט גאָר־גאָר שטאַרק אויספֿעלן אונדזער גוואַלדיק אײַנגעשרומפּענער, הגם וווּנדערלעך גלאָבאַלער, ייִדיש־וועלט.
קאָבי קרוין, זײַ פֿאַר אונדז אַ גוטער בעטער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.