אַן אַרטיקל פֿון ד”ר גאַבי אַבראַמאַץ, „די אױפֿלעבונג פֿון שפּראַכן: דער אַנאַליז פֿונעם פֿאַל פֿון זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז‟, איז לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אױף דער קראָאַטישער שפּראַך אינעם אינטערנעץ־פּאָרטאַל academia.edu, װוּ זי האָט אַנאַליזירט די טעטיקײט פֿונעם דאָזיקן ייִדיש־קלוב בשעתן ערשטן יאָר פֿון זײַן עקזיסטענץ (שול־זמן 2014־2015) פֿון שטאַנדפּונקט פֿון דער לינגװיסטיק פֿון שפּראַכן־אױפֿלעבן.
דאָס איז אַ נײַע בראַנזשע פֿון װיסנשאַפֿט, װעלכע פֿאַרנעמט זיך מיט די ענינים פֿון אױפֿלעבן די אַזוי גערופֿענע „טױטע‟ שפּראַכן און אונטערשטיצן און פֿאַרשטאַרקן די שפּראַכן, וואָס געפֿינען זיך אין אַ „געפֿערלעכן מצבֿ‟, דאָס הייסט — אױף פֿאַרשײדענע סטאַדיעס פֿון פֿאַרלירן זײער װיטאַליטעט. זי פֿאָרשט אוניװערסאַלע מעכאַניזמען און באַגרענעצונגען פֿון די רעװיטאַליזאַציע־פּראָצעסן. אין די ראַמען פֿון אָט דער דיסציפּלין איז מען אױך מקיים אַ קאָמפּאַראַטיװן אַנאַליז פֿון די רעזולטאַטן פֿון פֿילצאָליקע פּרוּװן אױפֿצולעבן פֿאַרשײדענע שפּראַכן און שטעלט אָן אױף אַזאַ אופֿן פֿאַרבינדונגען צװישן די אַקאַדעמישע דיסקורסן מכּוח די אָרטיקע פּרוּװן צו רעװיטאַליזירן ”שלאָפֿנדיקע“ לשונות איבער דער גאַנצער װעלט.
כאָטש מע קען הײַנט פֿאַררעכענען ייִדיש צו פֿאַרשײדענע קאַטעגאָריעס און אים אָנרופֿן אַ „גוססדיקע‟ שפּראַך, אַ שפּראַך אין אַ „געפֿערלעכן מצכֿ‟ אָדער אַ שפּראַך אין אַן „אױפֿבלי־צושטאַנד‟ אָפּהענגיק פֿונעם געאָגראַפֿישן אָרט און דער געמײנדע, װאָס מע באַטראַכט, איז עס געװיס די שפּראַך, װאָס די קראָאַטישע ייִדן נוצן זי מער ניט. אַגבֿ, אפֿילו פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז ייִדיש ניט געװען די עיקר־שפּראַך פֿון קראָאַטישע אַשכּנזים, כאָטש מאַמע־לשון האָט געקלונגען דעמאָלט אין אײניקע משפּחות, און אַ סך װערטער און אױסדרוקן, אַנטליִענע פֿון ייִדיש, האָט מען געקענט הערן אין טאָגטעגלעכע שמועסן בײַם ברײטן ציבור פֿון אָרטיקע ייִדן.
לאָמיר באַקענען די פֿאָרװערטס־לײענער מיט אײניקע הױפּט־הנחות פֿון דער דאָזיקער פֿאָרשאַרבעט, װוּ עס זײַנען אַנאַליזירט געװאָרן די מעגלעכקײטן און באַגרענעצונגען בנוגע אַ פּרוּװ אױפֿצולעבן ייִדיש און די אַשכּנזישע קולטור אין די הײַנטצײַטיקע קראָאַטישע באַדינגונגען.
דער זאַגרעבער ייִדיש־קלוב איז געגרינדעט געװאָרן פֿון גאַבי אַבראַמאַץ אין דער הױפּטשטאָט פֿון קראָאַטיע אין אָקטאָבער 2014. ער פֿירט דורך ייִדיש־לימודים, אָרגאַניזירט לעקציעס װעגן דער קולטור, געשיכטע און טראַדיציעס פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, װאַרשטאַטן און קאָנצערטן פֿון ייִדישער מוזיק און פֿירט אָן מיט אַ לײענקרײַז.
דער אַנאַליטישער מעטאָד וואָס די מחברטע האָט גענוצט איז די פּאַראַדיגמע פֿון שפּראַכן־רעװיטאַליזאַציע LaRD (די ראשי־תּיבות פֿון Language Revival Diamond), פֿירגעלײגט פֿון פּראָפֿעסאָר גלעד צוקערמאַן פֿון דער אַדעלאַיִדער אוניװערסיטעט, אױסטראַליע. פּראָפֿעסאָר צוקערמאַן האָט זי בילדעריש פֿאָרגעשטעלט אין דער פֿאָרם פֿון אַ „דימענט‟, מיט די קאָנאָטאַציעס פֿון „ראָמב‟ און „לעקעך‟ (דער „דימענט‟ בײַם קאָרטן־שפּילן). ער האָט צוגעשריבן צו יעדער פֿון זײַנע פֿיר זײַטן אָדער קװאַדראַנטן אַ געװיסע צאָל תּנאים און אַקטיװיטעטן, װאָס זײַנען נײטיק פֿאַרן אױפֿלעבן די אָפּגעשװאַכטע לשונות. דער װיכטיקסטער פֿון די תּנאים, לױט דעם געלערנטן, איז די פֿאַראַנענקײט פֿון „אײגנטימער פֿון שפּראַך‟, דאָס הײסט, געבױרענע אָדער נאַטירלעכע רעדער, װעלכע זײַנען בכּוח איבערצוגעבן זײערע געירשנטע קענטענישן צו ייִנגערע דורות און פֿאַרזיכערן אױף אַזאַ אופֿן די אַריכת־ימים פֿון דער שפּראַך. אינעם פֿאַל פֿון זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז איז דער דאָזיקער באַדינג ניט מקוים געװאָרן, װײַל עס זײַנען איצט ניטאָ קײן נאַטירלעכע ייִדיש־רעדער אין קראָאַטיע.
דער צװײטער דימענט־קװאַדראַנט איז געװידמעט דער לינגװיסטיק. די פֿאַרבונדענע באַדינגען זײַנען אין גאַנצן אױסגעפֿירט געװאָרן אינעם זאַגרעבער קלוב: זײַן גרינדערין און אָנפֿירערין, ד”ר אַבראַמאַץ, איז אַ דיפּלאָמירטע לינגװיסטקע מיט אַלע נײטיקע קװאַליפֿיקאַציעס און לערן־מיטלען בנימצא און זי איז אױך אַ פֿליסיקע ייִדיש־רעדערין. זי האָט געלערנט ייִדיש מיט אירע תּלמידים, געלײענט רעפֿעראַטן איבער דער שפּראַך־געשיכטע, זײַנע דיאַלעקטן, שײַכותן מיט אַנדערע לשונות און זײַן סאָציאָלינגװיסטישן מצבֿ.
די טעמע פֿונעם דריטן קװאַדראַנט איז די בילדונג, װאָס נעמט אַרײַן, אַחוץ די שפּראַך־לימודים גופֿא — קונסט, מוזיק, טראַדיציאָנעלע מינהגים, פּעדאַגאָגישע מעטאָדן, די פּראָגראַם פֿון אַריבערטראָגן די שפּראַכלעכע קענטענישן פֿונעם „מײַסטער‟ צום „לערן־ייִנגל‟, דאָס „פֿאַרזונקען װערן אין דער שפּראַך‟ און אַזױ װײַטער.
די ייִדיש־תּלמידים אין זאַגרעב האָבן באַזוכט אײן לימוד יעדע װאָך, װאָס האָט געדױערט אָנדערטהאַלב שעה. אױסער די לימודים אין קלאַס, זײַנען געשאַפֿן געװאָרן גרופּעס אױפֿן פֿײסבוק און װאָטס־אַפּ, װאָס דורך זײ האָבן די תּלמידים באַקומען װידעאָ־ און אױדיִאָ־מאַטעריאַלן און אינפֿאָרמאַציע װעגן די געשעענישן, פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. זײ האָבן זיך אױך געלערנט די שפּראַך מיט דער הילף פֿון דיגיטאַלע מיטלען אין לױף פֿון 3־4 שעה יעדע װאָך. די עפֿטנלעכע לעקציעס, אָרגאַניזירט יעדע דרײַ װאָכן (װי אױך די חודשלעכע זיצונגען פֿונעם לײענקרײַז) זײַנען געװען די צום מערסטן באַזוכטע אַקטיװיטעטן פֿונעם קלוב. אין גײַסט פֿון דער ייִדישער קולטור זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן זינגערײַען סײַ פֿאַר קינדער, סײַ פֿאַר דערװאַקסענע. עס זײַנען אױך אָרגאַניזירט געװאָרן די גאַסטראָל־אױפֿטריטן פֿון קלעזמער־מוזיקער פֿון בודאַפּעשט און װין.
דער לעצטער פֿערטער קװאַדראַנט איז שײך צו דער טעטיקײט אין דער עפֿנטלעכער ספֿערע — מיט דער מאַסן־מעדיאַ און די מאַכט־אַנשטאַלטן און אױך די ענדערונג פֿונעם „לינגװיסטישן פּײסאַזש‟. כּדי אױפֿצוקלערן דעם טײַטש און װיכטיקײט פֿונעם לעצטן פּונקט אין אָט דער רשימה, האָט גאַבי אַבראַמאַץ זיך פֿאַררופֿן אױפֿן אַרטיקל פֿון פּראָפֿעסאָר הירשע־דוד כּ”ץ, „ייִדיש פֿאַרלירט זײַן לעצטע פּאָזיציע אױף דער װעלט װי די סימבאָלישע ׳ערשטע ייִדישע שפּראַך׳ אין װילנע‟. פּראָפֿעסאָר כּ”ץ האָט געשריבן דערין, אַז ביז לעצטנס, שױן במשך פֿון אַן ערך דרײַ יאָרצענדליקער, איז װילניוס (װילנע) אין ליטע געװען די אײנציקע שטאָט אין דער װעלט, װוּ די שטאָטישע אַנשטאַלטן האָבן פּאַטראָנירט די אױפֿשטעלונג פֿון עפֿטנלעכע שילדן און טאָװלען מיט די אױפֿשריפֿטן אױף עטלעכע שפּראַכן, בתוכם אױף ייִדיש, אָפֿט מאָל דערבײַ מיט מאַמע־לשון אױפֿן ערשטן אָרט. אױף אַ סימבאָלישן אופֿן, איז דאָס געװען אַ װיכטיקער אויסדרוק פֿון דרך־ארץ לגבי דעם לשון, ליטעראַטור און קולטור פֿון די װילנער ייִדן, װעלכע זײַנען אומגעבראַכט געװאָרן בעת דער חורבן־תּקופֿה. די פּאָליטיק פֿון ערשטיקײט פֿון ייִדיש צװישן די ייִדישע לשונות אין װילניוס פֿלעגט אַרױסרופֿן אַ געפֿיל פֿון שטאָלצקײט בײַ אירע תּושבֿים און באַזונדערס בײַ די מיטגלידער פֿון איר קלײנער פֿאַרבליבענער ייִדישער געמײנדע.
די טעטיקײט פֿונעם זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז האָט באַקומען ביז גאָר גינסטיקע אָפּרופֿן אין דער קראָאַטישער מעדיאַ (למשל, אין דער מלוכישער טעלעװיזיע און עפֿנטלעכע אױסגאַבעס און אינטערנעץ־פּאָרטאַלן) און מצד דער ייִדישער פּרעסע. פֿון דעסט װעגן, האָט מען ניט געפֿירט קײן ברײטע טעטיקײט אין דער עפֿנטלעכער ספֿערע לױט צוקערמאַנס דעפֿיניציע. אָן קײן שום מיטלען און לאָגיסטישער שטיצע, אַחוץ דעם װילן פֿון זײַן אָנפֿירערין און איר אַרבעט מיט התמדה, האָט דער זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז פּשוט ניט געקענט שטעלן פֿאַר זיך אַזאַ אױפֿגאַבע.
װאָס שײך די ייִדיש־תּלמידים פֿונעם זאַגרעבער קלוב, געהערן זיי מסתּמא נישט צו דער קאַטעגאָריע פֿון „שפּראַך־אײגנטימער‟ לױט צוקערמאַנס דעפֿיניציע. גיכער פֿון אַלץ, שטעלן זיי מיט זיך פֿאָר אַ „מעטאַלינגװיסטישע גרופּע‟, װאָס איז אַרײַנגעצױגן אין דער „נאָסטאַלגישער סאָציאַליזאַציע‟ לױט דער דעפֿיניציע פֿון ד”ר נטע אַבֿינרי פֿונעם מידלבערי־אינסטיטוט פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע שטודיעס אין מאָנטערײ, קאַליפֿאָרניע. די אָנטײלנעמער פֿון אַזעלכע ציבורים האָבן ליב זײער ירושה־שפּראַך, גײען אױף אירע לימודים, באַזוכן לעקציעס און אַנדערע אונטערנעמונגען אָבער, אין לעצטן סך־הכּל, קלײַבן זיי זיך ניט זי צו נוצן װײַטער װי זײער שמועס־שפּראַך.
אױך די ייִדיש־תּלמידים אין זאַגרעב האָבן ניט פּלאַנירט צו באַהערשן מאַמע־לשון בשלמות. זײ האָבן אָבער יאָ געװאָלט באַנוצן ייִדיש ביז אַ געװיסער מאָס, קענען אים לײענען און שרײַבן, באַקענען זיך מיט ייִדישע טעקסטן און זינגלידער און בעסער פֿאַרשטײן דעם גײַסט פֿון דער שפּראַך אין װעלכער עס זײַנען געשאַפֿן געװאָרן גרױסע ליטעראַרישע װערק. דורך דער „נאָסטאַלגישער סאָציאַליזאַציע‟ — אָדער ווי מע זאָגט אויף ייִדיש: פֿאַרברענגען — האָט ייִדיש אָנגעשטעלט אַ מין פֿאַרבינדונג מיט דער פֿאַרלױרענער געשיכטע.
זײַענדיק מסכּים מיט דער מײנונג פֿון פּראָפֿעסאָר צוקערמאַן, אַז די פּראָצעסן פֿון שפּראַכן־אױפֿלעבונג האָבן אַ גאָר גינסטיקע השפּעה אױפֿן װױלזײַן און דעם גײַסטיקן געזונט פֿון די באַטײליקטע, האָט גאַבי אַבראַמאַץ באַמערקט, אַז בײַ די מיטגלידער פֿונעם זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז האָט זיך אַנטװיקלט אַ בעסערער פֿאַרשטאַנד פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, און דאָס לערנען זיך ייִדיש איז געװען די עמאָטיװע דערפֿאַרונג, װאָס האָט אַרױסגערופֿן בײַ זײ אַ שטאַרק געפֿיל פֿון שטאָלצקײט און אידענטיטעט.
דאָס רעװיטאַליזירן װעלכע־ניט־איז שפּראַך אין אַ מצבֿ פֿון סכּנה פֿאָדערט מיטאַרבעט פֿון דער געמײנדע, אַ שפּראַכלעכע װיסיקײט און הױכע אָפּשאַצונג פֿון דער שפּראַך, באַטײליקונג פֿון פֿאַרשײדענע עלטער־גרופּעס, פֿאַראַנענקײט פֿון נײטיקע לערן־מאַטעריאַלן, אונטערשטיצונג מצד מלוכישע אַנשטאַלטן און געזעלשאַפֿטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וכדומה.
צום סוף, האָט גאַבי אַבראַמאַץ דערקלערט, אַז לױט די מײנונגען פֿון אײניקע הײַנטיקע געלערנטן, זײַנען די אינטערפּרעטאַציעס פֿון די קװאַליטאַטיװע פֿאָרשונגען, באַזירט אױפֿן אַנאַליז פֿון אַן אײנציקן פֿאַל, כּסדר פּראָװיזאָריש, ניט דערפֿירט ביזן סוף און נײטיקן זיך אין װײַטערע איבערקוקן.
די רעזולטאַטן פֿון טעטיקײט פֿונעם זאַגרעבער ייִדיש־קרײַז און די באַמיִונגען אױפֿצולעבן די ייִדישע שפּראַך און קולטור אין זאַגרעב זײַנען, אַזױ אַרום, ניט ענדגילטיק. עס איז גאַנץ מעגלעך, אַז דער המשך פֿון זײַן טעטיקײט און איר װײַטערדיקער װיסנשאַפֿטלעכער אַנאַליז װעלן ברענגען נאָך אַנדערע רעזולטאַטן, נײַע אַרײַנבליקן און צושטײַערן אין דער טעאָריע און פּראַקטיק פֿון דער לינגװיסטיק פֿון שפּראַכן־אױפֿלעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.