מע קען ניט איבערשאַצן די וויכטיקייט פֿון דער ייִדישער פּרעסע, סײַ וואָס שייך איר ראָלע בײַם העלפֿן שאַפֿן די מאָדערנע ייִדישע קולטור, סײַ וואָס שייך איר סטאַטוס ווי אַן אוניקאַלע כראָניק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. ניט געקוקט אויף דעם איז די פֿאָרשער ביז לעצטנס געווען זייער שווער צוצוקומען צו די אַרטיקלען פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע. מע האָט געדאַרפֿט ספּעציעל פֿאָרן אין אַ ביבליאָטעק צי אַרכיוו און באַקוקן דעם מיקראָפֿילם.
אין 2014 האָט דער „העברעיִשער אוניווערסיטעט אין ירושלים‟, צוזאַמען מיט דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון ישׂראל, אָנגעהויבן אַ פּראָיעקט אַרויפֿצושטעלן מיליאָנען זײַטן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער פּרעסע אויף דער אינטערנעץ, אַלע זאָלן האָבן צוטריט צו זיי. צווישן די כּלערליי זשורנאַלן און צײַטונגען, געפֿינט מען עכטע אוצרות פֿון דער אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור, ווי אויך מער ווי 240,000 נומערן פֿון 316 צײַטונגען איבער דער וועלט אויף צענדליקער שפּראַכן. בסך־הכּל קען מען הײַנט לייענען מער ווי 2,300,000 זײַטן פֿון פּובליקאַציעס, וואָס זענען דערשינען צווישן די יאָרן 1783 און 2014.
אין 2015 האָט מען צו דער רשימה צײַטונגען, וואָס מע קען לייענען אָנלײַן, צוגעגעבן דעם פֿאָרווערטס. לכתּחילה האָט מען בלויז געקענט לייענען אַ פּאָר יאָרגאַנגען פֿון דער צײַטונג אָבער במשך פֿון די לעצטע 18 חדשים האָט מען צוגעגעבן אַ סך מער. הײַנט קען מען שוין לייענען ס׳רובֿ נומערן פֿונעם פֿאָרווערטס וואָס זענען אַרויס צווישן די יאָרן 1897 און 1972.
צווישן די גרויסע היסטאָרישע געשעענישן פֿון די סוף 1960ער און אָנהייב־1970ער יאָרן, וואָס מע קען איצט לייענען אָנלײַן אויף די זײַטן פֿונעם פֿאָרווערטס זענען די אַטענטאַטן אויף ד״ר מאַרטין לוטער־קינג און סענאַטאָר ראָבערט קענעדי, די ערשטע לאַנדונג פֿון אַסטראָנויטן אויף דער לבֿנה, דער קריזיס אויף אַפּאָלאָ־13, די שחיטה פֿון ישׂראלדיקע אַטלעטן אויף דער מינכענער אָלימפּיאַדע, די באָמבאַדירונג פֿון וויִעטנאַם ניטל־צײַט, דער אָנהייב פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה און די פֿריצײַטיקע פּטירה פֿון אוריאל ווײַנרײַך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.