יהודה סאַמעט האָט זיך פֿאַרשפּעטיקט מיט בלויז פֿיר מינוט. דאָס דאַוונען אין דער שיל „עץ חיים‟, הייבט זיך אָן פּונקט 9:45. ער איז אָנגעקומען מיט זײַן אויטאָ אין דער שילס פּאַרקירפּלאַץ 9:49. גלײַך אין דעם מאָמענט איז עמעצער אָנגעלאָפֿן צו סאַמעטן, אַן 80־יעריקן ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה וואָס איז צו זיבן יאָר פֿאַרשיקט געוואָרן קיין בערגן־בעלזען, און אים געהייסן אַוועקפֿאָרן, ווײַל עמעצער האָט גענומען שיסן אין שיל.
סאַמעט האָט זיך אומגעקוקט. גלײַך לעבן אים איז געווען אַ פּאָליציאַנט מיט אַ פּיסטויל אין דער האַנט. „ער האָט אַרויסגעשטעקט זײַן קאָפּ פֿון הינטער אַ וואַנט און געשאָסן,‟ האָט סאַמעט געזאָגט דעם Forward.
סאַמעט האָט געפּרוּווט זען וועמען דער פּאָליציאַנט פּרובירט צו שיסן און דערזען ווי אַ מענטש שיסט אין זײַן ריכטונג מיט אַ שטורעמביקס. „ער האָט געצילעוועט אויפֿן פּאָליציאַנט, וואָס איז געשטאַנען אַן ערך פֿיר פֿיס אַוועק פֿון מיר. ער האָט געשאָסן און איך האָב געזען, ווי רויך קומט אַרויס גלײַך פֿונעם מויל פֿון דער לופֿע,‟ האָט סאַמעט געזאָגט. „איך בין געווען אין מיטן פֿונעם פֿײַער־אויסטויש‟.
סאַמעט האָט פּרובירט אַוועקצופֿאָרן פֿונעם פּאַרקירפּלאַץ אָבער עס זענען געווען צו פֿיל אַנדערע אויטאָס. „קיין קוילן האָבן מיך אָדער מײַן אויטאָ ניט געטראָפֿן,‟ האָט סאַמעט געזאָגט. „ווען ער וואָלט געצילעוועט אויף מיר, וואָלט דער פּאָליציאַנט אים אַליין דערשאָסן.‟
בסך־הכּל האָט דער שיסער, ראָבערט באַוערס, אומגעבראַכט עלף מענטשן און סאַמעט האָט זיי כּמעט אַלעמען געקענט.
40 יאָר דינט ער ווי אַ בעל־קורא בײַ „עץ חיים‟ און האָט אָפֿט אָנגעפֿירט מיטן פֿרימאָרגנדיקן מנין אין די וואָכנטעג. מיט צוויי יאָר צוריק האָט ער אָנגעפֿירט מיט דער לוויה פֿונעם מאַן פֿון דזשויס פֿײַנבערג, אַ מיטגליד פֿון דער שיל, וואָס איז דעם שבת אויך דערשאָסן געוואָרן. „זי איז געווען אַן אשת־חיל,‟ האָט סאַמעט געזאָגט. „נאָך איר מאַנס פּטירה האָט זי אָפּגעגעבן איר לעבן דער שיל‟.
סאַמעט איז אויך געווען פֿרײַנדלעך מיט סילוואַן און בערניס סײַמאָן, אַ פּאָרפֿאָלק אין זייערע 80ער, וואָס זענען אין איינעם דערהרגעט געוואָרן. סאַמעט און סילוואַן סײַמאָן האָבן אָפֿט גערעדט צווישן זיך וועגן זייערע יאָרן ווי פּאַראַשוטיסטן, סאַמעט — אין צה׳׳ל און סילוואַן — אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי.
אירווינג יונגער, 69, נאָך אַן אומגעקומענער, איז געוויינטלעך געשטאַנען בײַם אַרײַנגאַנג פֿון שיל, וווּ ער האָט באַגריסט די, וואָס זענען געקומען דאַוונען. די ברידער סיסיל און דוד רויזנטאַל זענען אויך אומגעקומען. סיסיל איז געווען גײַסטיק צוריקגעשטאַנען. „אַלע האָבן אים ליב געהאַט‟, האָט סאַמעט געזאָגט.
סאַמעט האָט געזאָגט אַז רויז מאַלינגער, 97, אויך אַ לעבן־געבליבענע פֿון חורבן, איז יעדן שבת געקומען אין שיל מיט דער טאָכטער. „זיי זיצן גלײַך הינטער מיר,‟ האָט סאַמעט געזאָגט. „ווען איך וואָלט געהאַט געווען אין שיל, וואָלט איך זיכער געווען אין דער שיסליניע.‟
מער פֿון אַלץ, האָט סאַמעט געטראַכט וועגן די 1940ער יאָרן, ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרפּײַניקט און דערהרגעט זײַן משפּחה. זײַן טאַטע איז אויסגעגאַנגען פֿון טיפֿוס באַלד נאָך דער באַפֿרײַונג.
די דײַטשן האָבן אַרײַנגעשטופּט סאַמעטס משפּחה אויף אַ באַן קיין אוישוויץ, אָבער סלאָוואַקישע פּאַרטיזאַנער האָבן אויפֿגעריסן די באַן־ליניעס. די משפּחה האָט זיך אַרומגעוואַלגערט און איז סוף־כּל־סוף געקומען אין אַ האָלצסקלאַד, וווּ דער אייגנטימער איז געווען אַ מאַן מיט אַ טאַטו פֿון אַ האַקנקרײַץ אויף דער ברוסט.
אויף דער פֿראַגע, וואָס זײַן מאַמע וואָלט געזאָגט וועגן דער שחיטה אין זײַן שיל האָט ער געענטפֿערט: „ס׳איז אַ מעשׂה אָן אַ סוף.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.