ווידער אַ מאָל הרגעט מען ייִדן, ווידער אַ מאָל צעפֿלאַקערט זיך די שׂינאה פֿון אַנטיסעמיטיזם, ווידער אַ מאָל פֿאַלן אומשולדיקע ייִדישע קרבנות דווקא אום שבת, דווקא אין אַ שיל אין פּיטסבורג און דווקא אין אַ פֿרײַ לאַנד ווי אַמעריקע.
דעם אמת געזאָגט האָב איך עס פֿאָרויסגעזען ווען איך פֿלעג הערן די היציקע רעדעס, די העצעס, די שׂינאה און די ריגזה פֿון אונדזער ווייניק וואָס געשעצטן פּרעזידענט קעגן אומשולדיקע מענטשן, קעגן הויך געשעצטע רעגירונג־אָנגעשטעלטע פֿון סענאַט און קאָנגרעס און אפֿילו פֿון ווײַסן־הויז, קעגן מינאָריטעטן, קעגן אימיגראַנטן, קעגן מעקסיקאַנער, אַבי קעגן, און זײַן עולם טוט זיך מחיה זײַן ווײַל זיי באַשטייען פֿון אומגעלומפּערטע, אומגעשולטע עם־הארצים ווי עס איז אונדזער פּרעזידענט בגופֿו ובעצמו.
האָב איך פֿאָרויסגעזאָגט, ממש פֿאָרויסגעזאָגט אַז בלוט וועט זיך גיסן אין די גאַסן, ווײַל אונדזער וועלט־געשיכטע האָט שוין באַוויזן אַז ווען מ׳העצט און מ׳שרויפֿט אויף די געמיטער פֿון אַ פֿאָלק, מוז קומען צו בלוט־פֿאַרגיסונג, צי דאָס איז פֿאָרגעקומען אונטער סטאַלינען און היטלערן, מוסאָלינין צי פֿראַנקאָ. און ווער איז תּמיד געווען דער קרבן? מיר ייִדן! דאָס פֿאָלק וואָס האָט געגעבן די אומות העולם די צען געבאָט, דער עיקר לאַ תהרוג, הרגע נישט, אַל תרצח, זײַ נישט קיין מערדער, און דווקא דער געבאָט זידלט און רידלט אין רוצחישע בלוטן עד-היום, נישט גענוג די אינקוויזיציעס, נישט גענוג די פּאָגראָמען, נישט גענוג קעלץ, נישט גענוג יעדוואַבנע, נישט גענוג דער חורבן. פֿאַרוואָס נישט טאַקע שאַרלאָטסוויל? פֿאַוואָס נישט פּיטסבורג? ווי זאָגט אונדזער פּרעזידענט: „פֿאַראַן צווישן זיי אויך גוטע מענטשן!‟
אַלץ וואָס מ׳דאַרף איז העצן דעם עולם גולם, דער עיקר ווען מען איז אַ קאָמיסאַר, אַ טראָן־באַזיצער, אַן אייבערשטער פֿון שטייסל, און אַז מ׳האָט נישט מיט וואָס צו גיין צום טיש, העצט מען, פֿאַרשפּרייט מען שׂינאה, מ׳זײַט האַס צווישן די שׂונאי־ישׂראל און ראַסיסטן, האַס קעגן דעם „קאַראַוואַן‟ האָנדורער נאָך איידער די אומגליקלעכע עדה מענטשן האָט דערגרייכט די גרענעצן פֿון מעקסיקע.
און וואָס וועגן די פֿערצן קאָנווערטן מיט באָמבעס דווקא קעגן דעמאָקראַטישע פּערזענלעכקייטן, דער עיקר קעגן יעדן איינעם וואָס האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט אונדזער ,קאָמאַנדיר און שעף וועמעס אייגענער פֿאָטער פֿרעד טריומפּף האָט אים געהאַסט און אַרײַנגעוואַליעט אין אַ מיליטערישער שול פֿאַר יונגוואַרג?
מײַן אויספֿיר דעריבער איז נעמלעך אַזאַ, די הריגה פֿון ייִדן אין פּיטסבורג איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ מויל וואָס קען נישט אײַנהאַלטן די צונג. ווי גייט דאָס ווערטל, וואָס אויף דער לונג דאָס אויף דער צונג. ייִדן־האַס איז אַ מכּה וואָס פֿאַרהיילט זיך נישט. כּל־זמן דער געשוויר פֿון אַנטיסעמיטיזם האַלט אין איין אויפֿגיין, מיט ראָפּע און בלוטיקן אײַטער, וועלן ייִדן צאָלן מיט זייער לעבן. זעט אויס אַז האַס אַרט נישט וווּ עס שטייט אײַן, דער עיקר אין די היימען, אין דער דערציִונג, און בײַ די גאַסן־כוליגאַנעס.
וווּנדער איבער וווּנדער אַז אפֿילו דאָ אין פֿרײַען אַמעריקע, וווּ מ׳פּרעדיקט אַז מיר אַלע זײַנען גלײַך, קומט פֿאָר אַ פּאָגראָם אויף ייִדן דווקא אום שבת, דווקא אין אַ שיל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.