ס׳איז ניט קיין גוזמה צו זאָגן, אַז מע קען בכלל ניט אָנשרײַבן אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרטיקל וועגן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער געשיכטע אָן דעם, אַז מע זאָל זיך צו ערשט טיף אַרײַנקוקן אינעם „ייִוואָ‟־אַרכיוו. כאָטש עס זענען דאָ אַנדערע וויכטיקע אַרכיוון אין ישׂראל, אַמעריקע און מיזרח־אייראָפּע, איז דער „ייִוואָ‟ בײַ ס׳רובֿ פֿאָרשער דווקא דער הויפּטרעסורס, ווײַל קיין אַנדער אינסטיטוציע קען זיך ניט פֿאַרגלײַכן מיט זײַנע אוניקאַלע זאַמלונגען.
דאָס קומען קיין ניו־יאָרק און פֿאָרשן גאַנצע טעג אין אַרכיוו איז אָבער ווײַט ניט קיין גרינגע זאַך. ניו־יאָרק איז דאָך אַ משונה טײַערע שטאָט און אַפֿילו צו באַשטעלן אַ סענדוויטש אין די קאַפֿעען לעבן דעם „ייִוואָ‟ קאָסט כּמעט דאָס זעלביקע ווי אַ גאַנצע וועטשערע אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שטעט, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם וויפֿל מע דאַרף אויסגעבן אויף דירה־געלט, כּדי אײַנצושטיין אינעם „גרויסן עפּל‟.
צום גליק, האָבן אַ גרופּע ברייטהאַרציקע פֿילאַנטראָפּן אונטערגעשטיצט אַ ריי סטיפּענדיעס, וואָס דעקן די הוצאָות פֿון די, וואָס ווילן זיך באַנוצן מיטן „ייִוואָ‟־אַרכיוו, כּדי צו מאַכן זייער פֿאָרשאַרבעט. מע קען אָנגעבן אויף די סטיפּענדיעס ביזן 15טן יאַנואַר דורך אַ בויגן אויף דער „ייִוואָס‟־וועבזײַט.
מע שטעלט צו די פֿאָלגנדיקע סטיפּענדיעס:
סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטודיעס:
די צוויי סטיפּענדיעס באַטרעפֿן 20,000$ און זענען געצילעוועט אויף די, וואָס שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אָדער „פּאָסטדאָקטאָראַט‟־אַרבעט און ווילן פֿאָרשן אויף דרײַ חדשים בײַם „ייִוואָ‟. דער קאַנדידאַט דאַרף זײַן גרייט צו האַלטן צוויי עפֿנטלעכע רעפֿעראַטן.
סטיפּענדיע אין באַלטישע ייִדישע שטודיעס
די דרײַ סטיפּענדיעס באַטרעפֿן 6,000$ און שטיצן אונטער די, וואָס שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אָדער „פּאָסטדאָקטאָראַט‟־אַרבעט וועגן דער ליטווישער ייִדישער געשיכטע און ווילן פֿאָרשן אויף צוויי ביז דרײַ חדשים. דער קאַנדידאַט מוז זײַן גרייט צו האַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט.
סטיפּענדיע אין פּוילישע ייִדישע שטודיעס
די דרײַ סטיפּענדיעס באַטרעפֿן 8,000$ און שטיצן אונטער די, וואָס שרײַבן אַ דאָקטאָראַט אָדער „פּאָסטדאָקטאָראַט‟־אַרבעט וועגן דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע. איבערהויפּט זוכט מען פּראָיעקטן, וואָס באַטראַכטן די באַציִונגען צווישן ייִדן און פּאָליאַקן און די בײַטראָגן פֿון די ייִדן צו דער פּוילישער ליטעראַטור און קולטור. דער קאַנדידאַט מוז זײַן גרייט צו האַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט.
סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער ליטעראַטור
די צוויי סטיפּענדיעס באַטרעפֿן 5,000$ און שטיצן אונטער די ביז־גראַדויִר־, גראַדויִר־ און נאָך־גראַדויִר־סטודענטן, וואָס פֿאָרשן די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע ליטעראַטור אָדער די ליטעראַטורן אָנגעשריבן פֿון די אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. דער קאַנדידאַט מוז זײַן גרייט צו פֿאָרשן אויף צוויי ביז דרײַ חדשים און האַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט.
סטיפּענדיע אין מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן טעאַטער, קונסט אָדער מוזיק
די סטיפּענדיע, וואָס באַטרעפֿט 7,000$ דאָלאַר, שטיצט אונטער אַ ביז־גראַדויִר־, גראַדויִר־ אָדער נאָך־גראַדויר־סטודענט, וואָס פֿאָרשט אויס די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קונסט, מוזיק אָדער טעאַטער אָדער די קונסטווערק אָדער פּיעסעס אָנגעשריבן פֿון די אָפּשטאַמיקע פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן. דער קאַנדידאַט מוז זײַן גרייט צו פֿאָרשן אויף צוויי ביז דרײַ חדשים און האַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט.
סטיפּענדיע אין אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע
די סטיפּענדיעס באַטרעפֿן 10,000$ און שטיצן אונטער אַ דאָקטאָראַט אָדער נאָך־דאָקטאָראַט סטודענט, וואָס פֿאָרשט די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע. מע זוכט ספּעציעל פּראָיעקטן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אַרבעטער־באַוועגונג. דער קאַנדידאַט מוז זײַן גרייט צו פֿאָרשן אויף דרײַ חדשים און האַלטן אַן עפֿנטלעכן רעפֿעראַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.