דעם גאַנצן אינטערוויו קענט איר זען אינעם ווידעאָ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ דאָ
פֿ: ווען האָט איר צו ערשט געוווּסט אָדער געמיינט אַז איר וועט עולה זײַן קיין ישׂראל?
ע: נאָך דעם לערער־סעמינאַר, ווען איך בין געוואָרן אַ לערער פֿון אַן אָנפֿאַנגשול אַ ייִדישע, אין אַרגענטינע, בין איך אַוועק לערנען אין דער „המדרשה העברית‟, אַן אינסטיטוציע וואָס האָט צוגעגרייט לערער פֿאַר ייִדישע מיטלשולן אין אַרגענטינע. דאָרט האָט מען געדאַרפֿט לערנען פֿיר יאָר. איך האָב געלערנט צוויי יאָר, און אין מיטן דריטן יאָר האָב איך באַשלאָסן עולה זײַן. און איך בין געווען דעמאָלט נײַנצן יאָר אַלט. אַזוי ווי אין לערער־סעמינאַר האָב איך געלערנט אין אַ קלאַס צוזאַמען מיט אַ פּאָר חבֿרים פֿון דער יוגנט־באַוועגונג „איחוד הנוער החלוצי‟, בין איך אויך אַוועק אין אָט אָ דער באַוועגונג. פֿון פֿופֿצן ביז אַכצן יאָר בין איך דאָרטן געווען, אויך אַ מדריך.
אָבער ווען ס’איז געקומען די צײַט אין דעם עלטער פֿון אַכצן יאָר און מע האָט געדאַרפֿט באַשליסן צי מע פֿאָרט אַוועק אין אַ קיבוץ, האָב איך געזאָגט מײַן מדריך, ישׂראל שפּילפֿויגל (זמיר) ע״ה אַז איך בין נישט זיכער, האָט ער מיר געזאָגט: נו, דו דאַרפֿסט באַשליסן. (ווען איינער האָט באַשלאָסן צו שטודירן אין אוניווערסיטעט אַנשטאָט צו גיין אין קיבוץ, האָט מען אים געמאַכט אַ משפּט, עס זײַנען געווען שופֿטים, איר האָט געדאַרפֿט שטיין פֿאַר די שופֿטים און מע האָט אײַך אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער באַוועגונג). האָב איך געזאָגט: „ישׂראל שפּילפֿויגל, הער זיך אײַן, אַז איך קלער אַז איך קען נישט גיין לערנען, פֿיל איך דאָ עפּעס זייער נישט גוטס,‟ און איך האָב אַוועקגעלייגט די רעכטע האַנט אויפֿן בויך. האָט ער געזאָגט: „גיי, דו ביסט אַ פֿאַרלוירענער, טו וואָס דו ווילסט.‟ און מע האָט מיר נישט געמאַכט קיין משפּט. אייניקע פֿון די וואָס זײַנען געווען די שופֿטים און וואָס האָבן אַרויסגעוואָרפֿן מײַנע חבֿרים פֿון דער גרופּע, זײַנען געבליבן ביז הײַנט אין אַרגענטינע.
פֿ: וואָס געדענקט איר פֿון דער רײַזע?
ע: ערשטנס, מיר זײַנען געפֿאָרן מיט אַ שיף דרײַ וואָכן ביז מאַרסיי, דאָרטן האָבן מיר געוואַרט אַ וואָך אויף דער שיף „תּאודור הרצל‟, זי זאָל קומען אונדז נעמען קיין מדינת-ישׂראל. אויף דער שיף איז געווען די טאָכטער פֿון, איך מיין אַז ער איז געווען אַן אַרטיסט, אַ צייכענער, זײַן נאָמען איז געווען בלאָך. אויף דער שיף איז געווען אַ בחור פֿון אורוגווײַ, וואָס מן־הסתּם איז ער געפֿאָרן אין אַ קיבוץ. איך בין געפֿאָרן מיט נײַנצן דאָלאַר אין קעשענע. דאָס איז געווען מײַן גאַנצער פֿאַרמעגן. און אָט אָ דער בחור פֿון אורוגוואַי האָט געליִען בײַ מיר נײַן דאָלאַר, קיין מאָל נישט אָפּגעגעבן, און דאָרטן איז געווען אויך אַ ייִד, מן־הסתּם אַ שנײַדער, וואָס איז עולה געווען און אויב איך געדענק, האָב איך אים געלערנט העברעיִש אויף דער שיף.
אין מאַרסיי זײַנען מיר געווען אַ וואָך און ווען מיר זײַנען געקומען קיין חיפֿה האָט געוואַרט אויף מיר די ייִנגסטע שוועסטער פֿון מײַן מאַמען, עליזה שוואַרץ, וואָס איז עולה געווען די ערשטע פֿון אונדזער משפּחה, אין יאָר 1949. און פֿון דאָרטן זענען מיר געפֿאָרן מיט דער באַן קיין ירושלים. זי האָט געוווינט אין ירושלים. אָבער שוין אין חיפֿה, האָב איך געהאַט צוויי צוזאַמענשטויסן. איינעם, וועגן דער העברעיִשער שפּראַך, און איינעם, ווײַל מע האָט מיך געוואָלט אָפּנאַרן אין ענינים פֿון געלט.
מע גייט אַראָפּ פֿון שיף. דודה עליזה, מומע עליזה, וואַרט אויף מיר, איך גיי מיר אין באַנק, בײַטן די צען דאָלאַרן. פֿרעגט מיך דער מענטש אין באַנק: „אַדרעס?‟ נו, איך בין געקומען מיט אַ שעה צוריק, האָב איך געגעבן דעם אַדרעס פֿון מײַן מומען, רחוב מטודלה 14. און איך זע אַז ער שרײַבט מטודלה מיט אַ תּ, און מטודלה דאַרף מען שרײַבן מיט אַ ט. זאָג איך אים: „אַנטשולדיקט, מטודלה דאַרפֿט איר שרײַבן מיט אַ ט.‟ דאָס איז געווען דער ערשטער צוזאַמענשטויס.
דערנאָך גייען מיר קויפֿן בילעטן צו דער באַן, און איך גיב דעם קאַסירער צען לירות, און ער גיט מיר אָפּ אַ רעשט ווי איך וואָלט אים געהאַט געגעבן פֿינף לירות. זאָג איך אים: „אַנטשולדיקט, איך האָב אײַך געגעבן צען‟, זאָגט ער: „ניין, האָסט מיר געגעבן פֿינף.‟ זאָג איך אים: „ניין, איך האָב אײַך געגעבן צען.‟ „ניין, האָסט מיר געגעבן פֿינף. איין מאָמענט.‟ מיר זײַנען אַוועק צו דעם פֿירער פֿון דער סטאַנציע, איבערגעגעבן די פּראָבלעם, און דער אָנפֿירער פֿון דער סטאַנציע האָט געזאָגט: „מיר פֿאַרמאַכן די קאַסע, פֿאָרט געזונטערהייט, מיר וועלן איבערציילן די געלט און מיר וועלן אײַך זאָגן ווען איר וועט קומען קיין ירושלים.‟
דעמאָלט איז מען געפֿאָרן עפּעס אַ דרײַ שעה אויף דער באַן קיין ירושלים. האָט זיך אַרויסגעוויזן אַז איך בין געווען גערעכט און מע האָט מיר צוריקגעגעבן דאָס געלט.
פֿ: און וואָס איז געווען אײַער ערשטער אײַנדרוק פֿון דעם לאַנד?
ע: אַ שרעקלעכער. ווײַל מיר האָבן גענומען פֿון דער באַן, אין ירושלים, דעם אויטאָבוס, אויב איך געדענק, 16 אָדער 5, דאָ. און איך קום פֿון בוענאָס־אײַרעס, וווּ עס זענען געווען, ווען איך בין אַוועקגעפֿאָרן, צען מיליאָן מענטשן, וווּ די גאַסן גייען גלײַך פֿון צפֿון ביז דרום, פֿון מזרח ביז מערבֿ, דאָס הייסט, ס’איז פּלאַנירט. און איך קום אָן מיטן אויטאָבוס אין רחובֿ יפֿו, אין גאַס יפֿו, וווּ די בנינים האָבן אפֿשר צוויי שטאָק, דרײַ שטאָק, און דער אויטאָבוס קומט אין דער צענטראַלער סטאַנציע, וואָס הײַנט איז דאָרטן פֿאַראַן אַ קליינער סופּערמאַרקעטל וווּ מען קען זיך נישט אַ ריר טאָן, און ער פֿאָרט אַרײַן אַהין, און איך גיב אַ קוק, און איך זאָג: וווּהין בין איך דערגאַנגען? און איך גיי אַראָפּ פֿון אויטאָבוס, און עס שטייט אַ ייִד, איין אויג אַ פֿאַרמאַכטער, אָנגעטאָן מיט אַ כאַלאַט מיט שוואַרצע פּאַסן, אויפֿן האַלדז האַלט ער עפּעס אַ קעסטל פֿון קאַרטאָן, און ער פֿאַרקויפֿט קנעפּלעך, נאָדלען און אַזוינע זאַכן. וווּ בין איך דערגאַנגען? מיט צענדליקער יאָרן שפּעטער האָב איך זיך אַפֿילו דערוווּסט דעם נאָמען פֿון אָט אָ דעם ייִד. כ’האָב עס אַרײַנגעשטעלט אין אַ הערה אין איינעם פֿון מײַנע ביכער.
דערנאָך נעמען מיר דעם אויטאָבוס וואָס פֿאָרט צו דער שטוב פֿון מײַן מומען, אין רחבֿיה. דאָס איז געווען אַן אַריסטאָקראַטישער קוואַרטאַל, און אויפֿן אויטאָבוס, ס’איז דאָך אַ קליינע שטאָט, טרעפֿט מײַן מומע עליזה אַ באַקאַנטן. דער באַקאַנטער איז געווען יעקבֿ מיימון, דער גלאַוונער סטענאָגראַף פֿון דער כּנסת. פֿרעגט ער מיר אויף העברעיִש: ווען ביסטו געקומען קיין ישׂראל? זאָג איך: מיט אַ פֿינף שעה צוריק. האָסט אַרבעט? כ’האָב נישט קיין אַרבעט, כ’האָב נישט קיין געלט. קום, לערן זיך סטענאָגראַפֿיע בײַ מיר, וועסטו ווערן אַ סטענאָגראף אין דעם פּאַרלאַמענט. און דערנאָך בין איך געוואָרן זײַנער אַ תּלמיד במשך צוויי מאָנאַטן, און געשריבן די גאַנצע צײַט קײַקעלעך מיט פּאַסיקלעך, קײַקעלעך מיט פּאַסיקלעך. ס’איז מיר נימאס געוואָרן, און ווען כ’האָב אָנגעהויבן לערנען אין אוניווערסיטעט האָב איך אָפּגעלאָזן דעם גאַנצן ענין.
אָבער אונדזערע באַציִונגען מיט יעקבֿ מיימון זענען ווײַטער געגאַנגען. ער, ווי אַ וואָלונטיר, פֿלעגט נעמען אַ גרויסן אויטאָ, אַרײַנברענגען מענטשן, און זיי פֿירן לערנען העברעיִש מיט די עולים וואָס האָבן געלעבט אין אַזעלכע באַראַקן, וואָס מען האָט גערופֿן „אַזבעסטאָנים‟ אין קריית היובל, אונטן אין ירושלים, אויפֿן וועג צו דעם הדסה־שפּיטאָל אין עין כּרם. דאָס זענען געווען מאַראָקאַנער פֿרויען וואָס האָבן ערשט עולה געווען, און מע האָט זיי באַדאַרפֿט לערנען העברעיִש. פֿלעגט ער מיך און מײַן חבֿרטע טובֿה, וואָס איז הײַנט מײַן פֿרוי, אונדז נעמען און מיר פֿלעגן לערנען העברעיִש מיט די נײַע עולים.
פֿ: פֿאַר דעם אינטערוויו האָט איר געזאָגט אַז אײַער משפּחה און קינדער־יאָרן זענען געווען זייער וויכטיק פֿאַר דער ריכטונג פֿון אײַער לעבן, וויל איך פֿרעגן: וואָס האָט איר זיך געלערנט פֿון דער משפּחה וואָס איז אײַך געווען וויכטיק און ניצלעך אין אײַער לעבן?
ע: די לעצטע יאָרן קלער איך וועגן דעם אַ סך. איך מיין אַז הײַנט צו טאָג האָבן מיר שוין נישט די פּריווילעגיע אַז אונדזערע קינדער זאָלן אויסוואַקסן אין אַ פֿאַרברייטערטער משפּחה־ראַם. איך האָב געלעבט אין פּאַסאָ 783 צוזאַמען מיט מײַן טאַטן, מײַן מאַמען, מײַן באָבען און מײַן זיידן פֿון מײַן מאַמעס צד, און ממש אין דער קינדהייט מיט דער דודה עליזה, טאַנטע עליזה, וואָס איז די ייִנגסטע שוועסטער פֿון מײַן מאַמען און זי איז געווען די ערשטע וואָס האָט געענדיקט דעם לערער־סעמינאַר אין דער קהילה. זי איז געווען אַ לערערקע פֿון העברעיִש, אין ביאַליק־שול אין בוענאָס־אײַרעס. איך געדענק אַז ווי אַ קליין קינד פֿלעג איך זיצן און זען ווי זי קאָריגירט די העפֿטן פֿון אירע תּלמידים.
בײַ אונדז אין שטוב פֿלעגט אַרײַנגיין לאה שוואַרץ, די פֿרוי פֿון מײַן זיידנס ברודער, צבֿי שוואַרץ. ער איז געשטאָרבן ווען איך בין געווען אַרום דרײַ־פֿיר יאָר אַלט, אָבער זײַן אלמנה פֿלעגט זײַן בײַ אונדז אַלע פֿרײַטיק און שבת ווען זי איז געבליבן אַליין, און זי איז געווען אפֿשר די איינציקע וואָס האָט רעפּרעזענטירט בײַ אונדז די גרויסע וועלט. דאָס הייסט, זי איז געווען אין מאָסקווע און זי איז געווען אַ ציין־דאָקטערשע, נישט קיין פּראַקטיצירנדיקע, וואָס האָט זיך געלערנט ציין־דאָקטאָריע, געווען אַ לערערקע דאָ אין ישׂראל אין יבניאל, געוווינט אין וואַרשע. נאָך דעם ווי איר מאַן, צבֿי שוואַרץ, איז געשטאָרבן, האָט זי אַרויסגעגעבן במשך דרײַסיק יאָר ווײַטער איר מאַנס זשורנאַל „שריפֿטן‟, ביזן יאָר 1972.
בײַ איר און מײַן זיידנס ברודער אין שטוב, האָב איך שטענדיק געזען ביכער און זשורנאַלן וואָס זענען דערשינען צווישן ביידע וועלט־מלחמות אין ייִדיש און אין העברעיִש. כ’האָב נישט געוווּסט אַז זיי האָבן עס געבראַכט פֿון וואַרשע, ווײַל דעמאָלט האָט מען מיר נישט דערציילט, אָבער זיי האָבן געהאַט אַ גרויסע ביבליאָטעק, און זי פֿלעגט פֿון אָט אָ די ביכער און זשורנאַלן אַרויסנעמען פֿאַרשיידענע אַרטיקלען און קאַפּיטלען און זיי אַרײַנשטעלן אין די „שריפֿטן‟ אויף ייִדיש. איז קען מען זאָגן, אַז פֿון קינדווײַז אָן זענען די נעמען ה. לייוויק, חיים גראַדע, מרדכי שטריגלער און אַזוי ווײַטער נישט געווען קיין פֿרעמדע זאַך, דאָס זײַנען געווען נעמען וועגן וועלכע מע האָט גערעדט, און וועגן וועלכע מע האָט דיסקוטירט.
פֿ: און האָט איר זיך באַקענט מיט די שרײַבער אויכעט ווען זיי פֿלעגן פֿאָרן אין בוענאָס־אײַרעס?
ע: ניין, ווײַל איך בין געווען צו יונג צו האָבן אַ קאָנטאַקט מיט זיי, אָבער איך געדענק, למשל, אַז אין דער קהילה אין בוענאָס־אײַרעס איז געווען אַ מינהג אַז אַלע יאָר, אויב איך האָב נישט קיין טעות, אין אָקטאָבער, האָט מען געמאַכט אַן אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער, און גערופֿן אָט דעם מאָנאַט „דער חודש פֿון ייִדישן בוך‟ און מע פֿלעגט אײַנלאַדן באַוווּסטע ייִדישע שרײַבער זיי זאָלן קומען און געבן לעקציעס. און אויב איך האָב נישט קיין טעות, ווען איך בין געווען אַכצן יאָר אַלט, בין איך געווען אין זאַל פֿון דער קהילה, ווען ס’איז געקומען אַהין מרדכי שטריגלער, האַלטן אַ רעפֿעראַט. און בכלל, מרדכי שטריגלער — דאָס איז אַ ספּעציעלע מעשׂה אין אונדזער משפּחה.
מרדכי שטריגלער האָט געקענט זײַן מײַן פֿעטער, אָבער ער איז נישט געוואָרן. פֿאַר וואָס? מײַן מומע עליזה, די ייִנגסטע שוועסטער פֿון מײַן מאַמען, ווען זי איז עולה געווען אין 49סטן יאָר, צווישן אַנדערע אַרבעטן איז זי געווען דרײַצן יאָר לאַנג די סעקרעטאַרשע פֿון אַ זשורנאַל, אַ ייִדישן, מיטן נאָמען „פֿאָלק און ציון‟. דאָס איז געווען אַ זשורנאַל וואָס איז געווען אַרויסגעגעבן פֿון דער ציוניסטישער הסתּדרות, דער רעדאַקטאָר איז געווען משה הורוויץ, און זיי האָבן געהאַט אַ צימערל, אַ קליין צימערל אין דעם בנין וואָס הײַנט ווערט פֿאַררעכנט פֿאַר דער „סוכנות‟, לעבן דאָס וואָס איז אַ מאָל געווען דער צענטראַלער ציוניסטישער אַרכיוו. הײַנט געפֿינט זיך דער צענטראַלער ציוניסטישער אַרכיוו אין אַן אַנדער אָרט. נאָך דעם וואָס איך בין געקומען אין 1960 פֿלעג איך דאָרטן אַרײַנגיין זייער אָפֿט.
אָבער נאָך איידער איך בין געקומען, פֿלעג איך זען „פֿאָלק און ציון‟ אין אַרגענטינע, מע פֿלעגט דאָס שיקן צו דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע און זיי האָבן דאָס געדאַרפֿט פֿאַרשפּרייטן צווישן ייִדן אין אַרגענטינע. איך שטעל זיך פֿאָר אַז אַ סך עקזעמפּלאַרן זענען געבליבן ליגן און מע האָט זיי נישט פֿאַרשפּרייט, אָבער אַזוי ווי מײַן מומע איז געווען די סעקרעטאַרשע, האָבן מיר באַקומען און געקענט לייענען דאָרטן. שטריגלער פֿלעגט דרוקן אין „פֿאָלק און ציון‟, אָבער מער ווי דאָס: שטריגלער פֿלעגט קומען קיין ישׂראל כּמעט אַלע יאָר, אין אָנהייב פֿון דער מדינה. מרדכי שטריגלער איז אַ געראַטעוועטער פֿון צוועלף נאַצישע לאַגערן. ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ דאָרף, סטאַברוּוו (Stabrów), לעבן זאַמאָשטש, די שטאָט פֿון י. ל. פּרץ. ווען ער איז געווען פֿיר אָדער זיבן יאָר, עס זענען דאָ פֿאַרשיידענע ווערסיעס, איז אויסגעבראָכן אַ שׂריפֿה אין דאָרף, אין זײַן שטוב, און אַ גוי האָט אים געראַטעוועט, און די גאַנצע משפּחה איז אַריבער קיין זאַמאָשטש.
איז שטריגלער אויפֿגעוואַקסן אין זאַמאָשטש און דאָרטן האָט די מוסר־באַוועגונג אויפֿגעשטעלט אַ מוסר־ישיבֿה, און ער האָט אָנגעהויבן לערנען אין עלטער פֿון צען יאָר, אין אָט אָ דער מוסר־ישיבֿה, אָבער דער משגיח האָט אים געכאַפּט — אונטער דער גמרא האָט ער געהאַט לידער פֿון ה. לייוויק, און מען האָט אים אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער ישיבֿה. איז אין עלטער פֿון עלף יאָר, איז ער אַרויף אויף אַ פֿור זוכן אין פּוילן אַ ישיבֿה וווּ צו לערנען. די מעשׂה איז זייער אַ לאַנגע.
ווען ער האָט זיך געראַטעוועט פֿון אָט אָ די צוועלף לאַגערן, האָט ער געקלערט עולה זײַן קיין ישׂראל. אָבער די רעאַליטעט האָט געמאַכט ער זאָל אַוועקפֿאָרן אין 52סטן יאָר קיין ניו־יאָרק און דאָרטן איז ער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון „דער ייִדישער קעמפֿער‟, וואָס פֿריִער איז דער רעדאַקטאָר געווען חיים גרינבערג, אָבער חיים גרינבערג איז געוואָרן קראַנק און געשטאָרבן, איז מרדכי שטריגלער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון „דער ייִדישער קעמפֿער במשך 45 יאָר. און „דער ייִדישער קעמפֿער‟, דאָס איז געווען מפּא”י, בן גוריון, און עס זענען געווען באַציִונגען צווישן בן גוריון און שטריגלערן. שטריגלער האָט אַ מאָל געזאָגט, אַז מיט בן גוריון קען מען נישט אַרבעטן, ווײַל ער דערשלינגט אײַך, און איר מוזט טאָן נאָר וואָס ער וויל. און בן גוריון האָט געוואָלט אַז שטריגלער זאָל זײַן זײַן סעקרעטאַר. האָט שטריגלער געוווּסט אַז אויב ער וועט ווערן דער סעקרעטאַר פֿון בן גוריון און קומען קיין ישׂראל, האָט ער געענדיקט מיט זײַנע אייגענע שריפֿטן, מיט זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, און ער איז נישט געקומען.
אָבער קומען אַהער פֿלעגט ער קומען, און ער פֿלעגט זיך טרעפֿן מיט דעם גאַנצן “who’s who” פֿון מפּא”י. און דער גאַנצער “who’s who” פֿון מפּא”י האָט אים אין יאָר 1949, שטריגלער איז דעמאָלט געווען צוויי מאָל אין ישׂראל, האָט אים געזאָגט אַזוי: הער זיך אײַן. דער אומקום, די שואה, דאָס איז אַ זייפֿן־בלאָז, ס’איז אַוועק, נישטאָ וואָס צו באַדערן זיך מיט אַזעלכע זאַכן. ייִדיש — דאָ אין ישׂראל, מיר ׳יוזן׳ נישט קיין ייִדיש, גיי אַריבער אויף העברעיִש. און שטריגלער האָט פֿאַרשטאַנען אַז אויב ער וועט קומען אַהער, קיין ישׂראל, וועט געשען מיט אים דאָס וואָס געשעט ביז הײַנט מיט פֿאַרשיידענע ייִדישע שרײַבער, און ער איז נישט געקומען. אָבער קיין ישׂראל פֿלעגט ער קומען אויף די ציוניסטישע קאָנגרעסן, און אַרײַנגיין אין „פֿאָלק און ציון‟ וווּ מײַן מומע איז געווען די סעקרעטאַרשע.
אין יאָר 1961, אַ יאָר נאָך דעם ווי איך בין עולה געווען, זאָגט מיר מײַן מומע עליזה (זי האָט געוווינט אין מעטודעלאַ 14, אַ דירה פֿון איין צימער, מיט אַ קיך וואָס איז געווען אַזוי קליין אַז ווען איר שטייט אין קיך, איז האַלב פֿון אײַער פּערזענלעכקייט אין דרויסן). האָט זי מיר געזאָגט: „איך פֿאָר אַוועק קיין ניו־יאָרק, זיך טרעפֿן מיט שטריגלערן, באַשליסן צי איך האָב מיט אים חתונה אָדער נישט. דו קענסט ניצן די דירה ביז איך קום צוריק.‟ זי איז אַוועקגעפֿאָרן זיך טרעפֿן מיט שטריגלערן (זי האָט אים געקענט פֿון יאָרן) און מײַן מומע, ביז הײַנט צו טאָג, אַזוי ווי זי קומט פֿון אַ טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער משפּחה האָט כּל ימיה, אַלע גאַנצע יאָרן פֿון איר לעבן, געזוכט חתונה האָבן מיט אַ גמרא-לערנער. מיט אַ רעליגיעזן תּלמיד־חכם. צוליב מײַן מומע עליזה, האָב איך פֿאַרלאָרן פֿיר צי פֿינף מעגלעכע פֿעטערס: מײַן פּראָפֿעסאָר פֿון פֿילאָסאָפֿיע, צבֿי בר און, דאָ אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט געוואָלט מיט איר חתונה האָבן, האָט זי געזאָגט ניין. אליעזר שביד, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע האָט מיט איר געוואָלט חתונה האָבן, האָט זי געזאָגט ניין. און אַזוי ווײַטער און אַזוי ווײַטער.
קומט מײַן מומע קיין ניו־יאָרק, און דינגט אַ צימער אין אַ האָטעל, נאָענט פֿון דער דירה וווּ שטריגלער וווינט. און שבת (מײַן מומע איז אין ישׂראל געוואָרן רעליגיעז אַלץ מער און מער), שבת גייט זי אַרויף אויף די טרעפּ, נישט מיטן ליפֿט, און זי קלאַפּט אָן אין טיר – קלינגט נישט, שבת, – און שטריגלער איז געווען און איז לויט מײַן מיינונג איינער פֿון די וויכטיקסטע שרײַבער נאָך דער שואה, נאָך דעם אומקום. מיט אַ גוואַלדיקן פּסיכאָלאָגישן חוש, זייער אַן אינטעליגענטער מענטש, האָט ער מן־הסתּם באַשלאָסן אַז מײַן מומע מוז סוף סוף באַשליסן, יאָ חתונה האָבן צי נישט חתונה האָבן, ווי ער איז. ער איז נישט געווען גרייט, אין דער עלטער פֿון, ווי אַלט איז ער געווען? ער איז געווען עפּעס אַ צוויי און פֿערציק יאָר אָדער מער, ער איז נישט גרייט צו בײַטן זײַן אַרט לעבן. קלאַפּט אָן מײַן מומע אין טיר (זי האָט מיר דערציילט), און ער זאָגט: אַרײַן. זי עפֿנט די טיר, שבת, שטריגלער זיצט מיט אַ ציגאַרעט אין האַנט. אַז מײַן מומע האָט דאָס דערזען, איז געווען Bye bye, so long — און זי איז געקומען צוריק קיין ירושלים.
(המשך קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.