אַחוץ ניו־יאָרק איז בוענאָס־אײַרעס יאָרן לאַנג געווען דער וויכטיקסטער צענטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער מחוץ מיזרח־אייראָפּע.
דער אַזוי־גערופֿענער „דרום־אַמעריקאַנער פּאַריז‟ האָט במשך פֿון יאָרצענדליקער פֿאַרמאָגט אַ שפּרודלדיק ייִדיש לעבן מיט אַ ריי באַרימטע ייִדישע טעאַטערס — פֿון קליינקונסט און וואָדעוויל ביז ערנסטע קונסט־טעאַטערס. אַרגענטינע, סײַ איר קרוינשטאָט בוענאָס־אײַרעס און גרעסערע שטעט ווי ראָסאַריאָ, סײַ אירע פּראָווינצן מיט ייִדישע שטעטלעך ווי „מויזעסוויל‟, איז אויך געווען אַ פּאָפּולער ציל פֿאַר די גרעסטע אַרטיסטן און זינגער פֿון אויסלאַנד, וואָס זענען געקומען אויף גאַסטראָל.
כּדי צו לערנען די אָרטיקע ייִדן וועגן אָט דער געשיכטע פֿירט דער אַקטיאָר שיין בייקער איצט אָן מיט 10 טעג רעפֿעראַטן, וואַרשטאַטן, קלאַסן און ספּעקטאַקלען בײַם אַרגענטינער ייִוואָ.
מיטוואָך, דעם 7טן נאָוועמבער, האָט בייקער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער ראָלע פֿון בוענאָס־אײַרעס ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט סײַ אַרײַנגענומען אויסלענדישע אַרטיסטן, סײַ זיי געליווערט קיין אויסלאַנד. בײַ דער געלעגנהייט האָט ער אויך גערעדט וועגן די עסטעטישע עלעמענטן ווי מוזיק, קאָסטוימען, גרים, דעקאָראַציעס און סצענעס, וואָס זענען געווען כאַרעקערטיש פֿאַרן בוענאָס־אײַרעסער ייִדישן טעאַטער. ער האָט אויך באַטאָנט עטלעכע אַרכיוואַלע רעסורסן, וואָס קענען קומען צו נוץ, טאָמער וויל עמעצער אַמאָל פּרובירן אויפֿלעבן אַזאַ טעאַטראַלע טראַדיציע.
פֿרײַטיק, דעם 9טן נאָוועמבער, וועט בייקער אָנפֿירן מיט אַ פיר־שעהיקן וואַרשטאַט אויף ייִדיש (מיט גלײַכצײַטיקער שפּאַנישער איבערזעצונג) וועגן די „טעאָרעטישע און פּראַקטישע‟ עלעמענטן פֿונעם שפּילן טעאַטער אויף ייִדיש. צווישן זיי וועט מען באַטאָנען די טראַדיציע פֿון וואָרטקונסט (דעם ייִדישן סטיל פֿון רעציטירן פֿאַר אַן עולם), זשעסטן, פֿאַרשידענע מעטאָדן פֿון שפּילן און די פֿאַרשידענע אופֿנים ווי אַזוי מע באַוועגט זיך אויף דער בינע. דער וואַרשטאַט וועט פֿאָרקומען פֿון פֿינף ביז נײַן אַ זייגער אין אָוונט. שבת, פֿון 10 אַ זייגער אין דער פֿרי ביז פֿינף אַ זייגער נאָכמיטאָג, וועט בייקער אָנפֿירן מיטן צווייטן טייל פֿונעם וואַרשטאַט, אין וועלכן די אָנטיילנעמער וועלן רעפּעטירן דורכן שפּילן פֿאַרשידענע קורצע פּיעסעס.
זונטיק, דעם 11טן נאָוועמבער, זיבן אַ זייגער אין אָוונט, וועט בייקער אויפֿטרעטן פֿאַרשטעלט ווי זײַן אַלטער־עגאָ „מיצי מאַנאַ‟, די „ערשטע דאַמע פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן טעאַטער‟, וואָס מאַכט איצט אַ געזעגענונג־רײַזע איבער דרום־אַמעריקע. אויף דער פּיאַנע וועט אים באַגלייטן עסטעבאַן דאַנסקער.
אין אַ מער ניכטערן טאָן וועט בייקער שבת, דעם 17טן נאָוועמבער, 8:30 אין אָוונט, פֿאָרשטעלן זײַן ספּעקטאַקל „פֿון אַלץ דאָס בעסטע: גרויסע און קליינע שטיק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור‟, וואָס וועבט אַרײַן טעקסטן פֿון משה־לייב האַלפּערן, א. לוצקי, ה. לייוויק און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, וואָס האָבן פֿיגורירט אינעם רעפּערטואַר פֿונעם אַקטיאָר יוסף בולאָף און דעם וואָרט־קינסטלער הערץ גראָסבאַרט. בייקער וועט אויך פֿאָרשטעלן קופּסאַנס מאָנאָלאָג „דער אָקסן־קאַמף‟, וואָס איז געווען אַ באַליבטער טייל פֿון יוסף בולאָפֿס רעפּערטואַר. שיין בייקער האָט דעם מאָנאָלאָג זיך אויסגעלערנט פֿון בולאָפֿס אַלמנה ליובאַ קאַדיסאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.