דער פֿאַרלאַג פֿון קאָלומביע־אוניװערסיטעט האַלט שױן עטלעכע יאָר אין אַרױסגעבן אַ סעריע רוסישע ליטעראַרישע ווערק אױף ענגליש. צװישן יענע רוסישע מחברים געפֿינען זיך אױך ייִדישע שרײַבער, אַזױ װי לינור גאָראַליק און פֿרידריך גאָרענשטײן.
אין אָקטאָבער איז אַרױסגעלאָזט געוואָרן פֿרידריך גאָרענשטײנס חורבן־ראָמאַן „גאולה‟. דאָס בוך איז ניט אַזױ באַקאַנט װי אַנדערע װערק פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער ליטעראַטור, כאָטש אַ רוסישער פֿילם פֿונעם ראָמאַן איז יאָ אַרויס אין 2012.
ס׳רובֿ פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער ליטעראַטור באַשרײַבט אַנטיסעמיטיזם אױף צו להכעיס דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער פּאָליטיק װאָס האָט, למשל, ניט געװאָלט אַרויסהײבן די ייִדישע קרבנות אין ראַטן־פֿאַרבאַנד װי אַ באַזונדערע גרופּע. ביז איצט האָט מען איבערגעזעצט גאָרענשטײן אַ סך מער אױף דײַטש און פֿראַנצײזיש ווי אויף ענגליש; אַזױ אַרום װעט דאָס זײַן נאָר דאָס צװײטע פֿון זײַנע מער װי דרײַסיק װערק װאָס װעט ווערן צוטריטלעך דעם ענגליש־לײענענדיקן עולם.
גאָרענשטײן איז געבױרן געװאָרן אין 1932 אין קיִעװ און ניט געהאַט קײן גרינגע קינדעריאָרן. װען ער איז געװען דרײַ יאָר אַלט האָט מען ווי אַ פּועל־יוצא פֿון די סטאַליניסטישע רדיפֿות פֿאַרשפּאַרט זײַן טאַטן אין אַ גולאַג און מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט מען אים דאָרט דערשאָסן. נאָך דעם װי די נאַציס האָבן זיך באַזעצט אין אוקראַיִנע אין 1941 איז גאָרענשטײן מיט דער מאַמען, חנה פּרילוצקײַאַ, אַנטלאָפֿן קײן אָרענבורג, אין אוראַלער געגנט. נישט לאַנג נאָכן אָנקומען אַהין איז אױכעט די מאַמע געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז. דעם פֿאַריתומטן גאָרענשטײן האָבן געהאָדעװעט זײַנע מומעס אין בערדיטשעװ נאָכן קריג.
אין די 1950ער האָט גאָרענשטײן געאַרבעט װי אַן אינזשעניר אין אוקראַיִנע און אין אוראַל, אָבער אין 1962 האָט ער זיך איבערגעקליבן קײן מאָסקװע כּדי זיך צו לערנען פֿילמערײַ. מסתּמא איז עטלעכע פֿון אונדזערע לײענער באַקאַנט דער פֿילם Solaris פֿון יאָר 1972 פֿונעם רעזשיסאָר אַנדרײ טאַרקאָװסקי; דעם סצענאַר האָט טאַקע גאָרענשטײן אָנגעשריבן. ער האָט אױך געשריבן ראָמאַנען אָבער האָט צוליב דער צענזור אין ראַטן־פֿאַרבאַנד געקענט פּובליקירן בלויז אײנעם, „דאָס הױז מיטן טורעם‟ אין 1964. צוליב געוויסע צרות מיט דער סאָװעטישער רעגירונג לגבי זײַן מיטגלידערשאַפֿט אין שרײַבער־פֿאַרבאַנד און זײַן פּובליקירן בײַ עמיגראַנטן־פֿאַרלאַגן אין אױסלאַנד האָט זיך גאָרענשטײן סוף־כּל־סוף איבערגעקליבן קײן מערבֿ־בערלין אין 1979 און געװױנט דאָרטן ביז זײַן טױט אין 2002.
גאָרענשטײנס העלדין אינעם ראָמאַן „גאולה‟ איז אַ מײדל פֿון זעכצן יאָר, סאַשענקאַ, װאָס װוינט מיט איר מאַמען און צװײ בעטלערס אין אַ קלײנעם שטעטל ערגעץ־וווּ אין אוקראַיִנע. דער טאַטע איז געפֿאַלן בשעת דער מלחמה. דער סיפּור־המעשׂה הײבט זיך אָן עטלעכע חדשים נאָכן סוף פֿון דער מלחמה װען סאַשענקאַ פּוצט זיך אױס פֿאַר אַ באַל לכּבֿוד דעם נײַעם יאָר, כאָטש זי איז שטאַרק אָרעם, לעבט אין שמוציקע באַדינגונגען און לײַדט גרויס הונגער.
צוליב די שװערע באַדינגונגען בײזערט זי זיך מיט אַלעמען, בפֿרט מיט דער מאַמען, אפֿשר װי אַן אופֿן אױסצומײַדן אירע אייגענע געפֿילן פֿון אומזיכערקײט און עלנט. נאָך אַ קריגערײַ מיט דער מאַמען װערט סאַשענקאַ אַזױ אין כּעס אַז זי לױפֿט צו דער פּאָליצײ כּדי צו מסרן די מאַמע פֿאַרן האָבן צוגעגנבֿעט אַ ביסל עסנװאַרג בײַ דער אַרבעט לטובֿת דער הונגעריקער טאָכטער. דערבײַ גיט גאָרענשטײן אָנצוהערן וועגן דעם באַקאַנטן פֿאַל פֿון פּאַװליק מאָראָזאָװ, אַ ייִנגל װאָס האָט געמסרט אױפֿן טאַטן בײַ דער רעגירונג „װי סע דאַרף טאָן‟ אַ גוטער בירגער און איז צוליב דעם דערהרגעט געװאָרן פֿון דער אייגענער משפּחה. דאָס איז געװען אַן „אמתדיקע“ (מסתּמא נאָר פּראָפּאַגאַנדיסטישע) מעשׂה אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד װאָס איז געװען גאָר באַקאַנט און אינספּירירט אַ צאָל לידער, פּיעסעס און אַפֿילו אַן אָפּערע.
נאָך דעם װי מע פֿירט די מאַמע אַװעק אין תּפֿיסה װערט סאַשענקאַן קלאָר אַז קײנער װעט זי מער ניט אָפּהיטן און אַז איר קינדהײט האָט זיך פֿאַרענדיקט. זי באַקענט זיך מיט אַ ייִדישן אָפֿיציר װאָס איז נאָר װאָס אַהײמגעקומען און װעמענס משפּחה איז דערהרגעט געװאָרן פֿון אַ שכן. מע װאָלט זיך אַפֿשר געריכט אַז דאָס זאָל זײַן אַ בײַשפּיל פֿון רדיפֿה צװישן אוקראַיִנער און ייִדן אָבער דער־אָ שכן איז דװקא געװען אַן אַסירער, אַלײן אַ מינאָריטעט אין אוקראַיִנע און דער לײענער דערװיסט זיך קײן מאָל ניט װעגן דער סיבה פֿאַרן מאָרד. דער יונגער אָפֿיציר װיל געפֿינען די מתים פֿון זײַן טאַטע־מאַמע און שװעסטער כּדי זײ צו באַערדיקן אין אַ געהעריקן קבֿר. אַרום דעם טרױעריקן ענין הײבן זיך אָן פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס װעגן יושר און נקמה: װי אַזױ קען מען אױסלײזן אַזאַ חטא?
סאַשענקאַ פֿאַרליבט זיך אינעם אָפֿיציר און װערט אַ סך פֿרײַנדלעכער און אײדעלער אין איר פֿירעכץ. יענע, כּמעט מוטערלעכע, ליבע װאָס גיסט זיך אַרױס פֿון סאַשענקאַ איז אפֿשר איר אייגענער אופֿן ווי צו לינדערן דעם צער, דאָס באַדרענגעניש און דעם צאָרן װאָס דער יונגער מאַן פֿילט, האָבנדיק פֿאַרלוירן זײַן גאַנצע משפּחה אויף אַזאַ רוצחישן אופֿן.
מיר שטעלט זיך גאָר בולט די פֿראַגע: צי זאָל מען, דאַרף מען, קען מען רעכענען דעם דאָזיקן ראָמאַן װי אַ חורבן־ראָמאַן? ראשית, קומט פֿאָר דער סיפּור־המעשׂה עטלעכע חדשים נאָכן חורבן, נישט געקוקט אױף דעם װאָס די ליבע װאָס אַנטװיקלט זיך צװישן די פּראָטאַגאָניסטן איז אַװדאי אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון װאָס איז געשען פֿריער. שנית, זײַנען יאָ פֿאַראַן יידישע קרבנות אָבער זײ װערן דרהרגט מחוץ דעם קאָנטעקסט פֿון נאַצישע רדיפֿות קעגן ייִדן, און ניט קײן דײַטשן אָדער אַפֿילו אוקראַינער נאַציאָנאַליסטן קומען בכלל פֿאָר. דערצו איז אונדזער ייִדישער העלד אױך ניט קײן „קלאַסישער“ לעבן־געבליבענער װאָס איז אַרױס פֿון אַ געטאָ אָדער לאַגער: אַ ייִדישער זעלנער אין דער רױטער אַרמײ רעכנט זיך װי אַ טײל פֿון דער שערית־הפּליטה? לױט די אַלע שטריכן מוז מען דעם ראָמאַן אפֿשר רעכענען נאָר װי אַ „חורבן־דערבײַיִקן“ אָבער עס איז אױך מעגלעך אַז דאָס איז אַ סימן פֿון װי שטאַרק הײַנט־צײַטיקע, פּאָפּולערע פֿילמען און ביכער האָבן באַײַנפֿלוסט אונדזערע דעפֿיניציעס פֿון חורבן־מעשׂות.
בקיצור, גאָרענשטײן האָט באַװוּסטזיניק געשאַפֿן אַ ניט צו ייִדישלעכן סיפּור־המעשׂה כּדי אױפֿן סמך דערפֿון אַרומצורעדן מער אוניװערסאַלע טעמעס פֿון גאולה, נקמה, מחילה און פֿאַרצװײפֿלונג מיט אַ טראָפּ אױף דער ראָלע װאָס די ליבע פֿון אַ פֿרױ קען שפּילן אין גובֿר זײַן די אַלע נעגאַטיװע געפֿילן. אָבער איז עס כּדאַי צו ניצן דװקא דעם חורבן־קאָנטעקסט סתּם װי אַ מכשיר זיך אַרײַנצוטראַכטן אין אַזעלכע אוניװערסאַלע פֿילאָסאָפֿישע פֿראַגעס?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.