קינדער אין די וויגן ווייסן, אַז לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער שרײַבט מען אין ייִדיש אַזוי ווי אויף לשון־קודש גופֿא. לויט די תּקנות פֿון ייִדישן אויסלייג (נײַסטע אויפֿלאַגע: ייִוואָ און ייִדיש־ליגע, 1999) מעג מען שרײַבן לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער מיט נקודות בלויז אין אַקצענטירטע טראַפֿן — אויף לשון־קודש און עבֿרית איז, כּידוע, אָדער גאָר אָדער גאָרנישט.
חוץ דעם — אַ וויכטיקער פּרט: מע שרײַבט לויטן ייִדישן אַרויסרעד, נישט לויטן לשון־קודשדיקן. אַ שטייגער, „ראָש־השנה“: אין לשון־קודש איז אין „ראש“ נישטאָ קיין קמץ, נאָר אויף ייִדיש יאָ, ווײַל דער אַרויסרעד איז ROSh. טשיקאַווע, וואָס איין מאָל האָט מיך אַ באַקאַנטער אַ פֿרעג געטאָן פֿאַר וואָס מיר שרײַבן מיט אַ קמץ, האָב איך אים אָנגעוויזן אויף די תּקנות. „הייסט עס, אַז אָן אַ קמץ איז קעגן די תּקנות?“ ניין, אָן נקודות מעג מען אויך, אַבי נישט מיט קיין חולם, וואָס וואָלט דאָך געמיינט דעם אַרויסרייד ROYSh. דער שרײַבער פֿון די שורות האַלט, אַז מינימום דאַרף מען אין לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער שרײַבן פּתח אַלף און קמץ אַלף, כּדי דעם לייענער זאָל נישט זײַן צו שווער. אָבער נישט דאָס בין איך אויסן.
אפֿשר אַ וויכטיקערער פּרט איז דאָס, וואָס טייל לשון־קודש־ווערטער שרײַבן מיר פֿאָנעטיש און טייל נישט־לשון־קודש־ווערטער — נישט פֿאָנעטיש.
צו דער ערשטער קאַטעגאָריע געהערן אַזוינע ווערטער ווי „שעכטן“ אָדער „באַלעבאָס“, וווּ דער אַרויסרעד האָט זיך גענוג דערווײַטערט פֿונעם אָריגינאַל, אַז ס׳איז אַ ביסל נישט כּדאַי צו שרײַבן אומפֿאָנעטיש. פֿאַרשטייט זיך, אַז „בעל־הבית“ איז אויך ריכטיק; „שחטן“, ווידער, איז בײַם הײַנטיקן טאָג, דאַכט זיך, אין גאַנצן אונטערגעגאַנגען.
צו דער צווייטער קאַטעגאָריע געהערן ווערטער, וואָס דאָס פֿאָלק מיינט, אַ פּנים, אַז זייער עטימאָלאָגיע איז אַ לשון־קודשדיקע, אָבער ס׳איז אַ טעות. טייל רופֿט מען לאַוו־דווקא פֿאָלקס־עטימאָלאָגיעס, נאָר רבנישע, וואָרן, ווי גייט ס׳ענגלישע ווערטל: אויב דו האָסט בלויז אַ האַמער דאַכט זיך דיר, אַזוי אַלץ איז אַ טשוואָק. דהײַנו, רבנים קענען בלויז לשון־קודש, איז דאָרטן וווּ ס׳איז דאָ אַ וואָרט וווּ דער אָפּשטאַם איז אומקלאָר, מוז עס שטאַמען פֿון לשון־קודש. מיט אַ צײַט צוריק איז שוין אויסגעקומען אָנצוּווײַזן, אַז „דאַווענען“ האָט מען דורך די דורות צוגעשריבן כּלערליי אָפּשטאַמען, נאָר דווקא די לשון־קודשדיקע אָדער אַרמישע — אַ שטייגער, „דאַבֿנן“ (פֿון די אַבֿות) — לייגן זיך צום ווינציקסטן אויפֿן שׂכל.
איצט לאָמיר אָנכאַפּן אַזאַ נאָמען ווי „זלמן“. דער אַבֿי־אַבֿות פֿון דעם וואָרט איז טאַקע „שלמה“, אָבער אין צווישן זענען פֿאַראַן כּלערליי מיטלסטע שטאַפּלען. ערגעץ צווישן „שלמה“ און „זלמן“ איז צוגעקומען אַ נון — אַזוי ווי אויף כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע שפּראַכן, ווי אויך אַראַביש („סוליימאַן“). מיר איז נישט קלאָר פּונקט פֿאַר וואָס מע האָט זיך אײַנגערעדט, אַז „זלמן“ איז לשון־קודש, אַז ס׳איז גיכער פֿון דײַטשישן Salomon. אָבער דאָס לשון־קודשדיקע אײַנרעדעניש איז דערגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז אין ישׂראל רעדט מען דעם נאָמען אַרויס ZALMAN; ד״ה, דעם ייִדישן ZALMEN האָט מען צוגעפּאַסט צו עבֿרית ווי ער וואָלט נישט געווען פֿון דײַטשישן קאָמפּאָנענט.
אויך אַזאַ נאָמען ווי „טבֿיה“ שטאַמט מסתּמא נישט פֿון לשון־קודש. אין תּנך (ספֿר נחמיה) איז דאָ איינער טובֿיה (TOYVYE אין לשון־קודש); אין עבֿרית איז דער נאָמען TUVYA, הייסט שלום־עליכמס העלד „טובֿיה החולבֿ“ (טבֿיה דער מילכיקער). מרדכי שעכטער ע״ה האָט פּאָסטולירט, אַז דער נאָמען שטאַמט גיכער פֿון אַ מערבֿ־ייִדישן דימינוטיוו פֿון „דוד“ און האָט געהאַלטן, אַז שרײַבן דאַרף מען גאָר „טעוויע“. צי ער איז גערעכט ווייסן מיר נישט, נאָר די פֿאַרבינדונג צווישן „טבֿיה“ און „טובֿיה“ איז אַ גאַנץ שוואַכע.
נאָך אַזאַ וואָרט, דווקא נישט קיין נאָמען, איז „חוזק“. דאָס וואָרט שרײַבן מיר, פֿאַרשטייט זיך, ווי ס׳וואָלט זיך אָנגעקערט מיטן לשון־קודשדיקן „חזק“ (שטאַרק, כּוח). נאָר ווי קומט חוזק צו כּוח?
טענהט מאַקס ווײַנרײַך, אַז ס׳איז גאָר אַן אָפּשלאָג פֿון אַן אַמאָליק דײַטשיש וואָרט hosc, וואָס האָט געהאַט פּונקט דעם זעלביקן טײַטש ווי „חוזק“. אַזוי ווי דאָס וואָרט האָט אין מאַמע־לשון נישט קיין קרובֿים, איז ממשיך ווײַנרײַך, האָט מען עס צוגעשריבן צום שורש „חזק“.
ווײַנרײַך טענהט אויך, אַז דאָס וואָרט „באַהאַוונט““, וואָס מע שרײַבט צו דעם שורש „בין“ (> מבֿין) — כאָטש מע שרײַבט עס דװקא יאָ פֿאָנעטיש — נעמט זיך גיכער פֿון מיטל־הויכדײַטשיש.
ואַחרון אַחרון: די פֿרויען־נאָמען שפּרינצע, וואָס מע שרײַבט צו נישט דעם לשון־קודשדיקן, נאָר דעם לעזישן קאָמפּאָנענט — סע שטאַמט קלאָמפּערשט פֿונעם שפּאַנישן Esperanza. כאָטש אין פֿלוג לייגט זיך עס אויפֿן שׂכל, האָבן די פֿילאָלאָגן עס אָפּגעפֿרעגט (פּרטים בײַ אַן אַנדער שעת־הכּושר). ס׳איז גיכער פֿונעם דײַטשישן קאָמפּאָנענט: אויב איך האָב נישט קיין טעות, האָט עס מיכל הערצאָג ע״ה אָנגעוויזן אויפֿן מיטל־הויכדײַטשישן sprinze, וואָס דאָס איז אַ זי פֿון אַ שפּאַרבער. כּדי אויסצושטימען „שפּרינצע“ מיט Esperanza מוז מען זײַן אַ גאַנצער אַקראָבאַט, בשעת מיט sprinze דעקט עס זיך הונדערט פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.