דער פֿאַרלאַג פֿונעם טאַלינער אוניווערסיטעט האָט לעצטנס פֿאַרעפֿנטלעכט די געזאַמלטע ווערק פֿונעם גרויסן איטאַליעניש־ייִדישן פּאָעט עמנואל הרומי, איבערגעזעצט אויף רוסיש דורך שלמה קראָל. דאָס בוך איז באַגלייט מיט הקדמות פֿונעם איבערזעצער און פֿונעם עסטלענדישן ליטעראַטור־קענער מיכאַיִל לאָטמאַן, מיט לאַנגע פּרטימדיקע נאָטיצן, אַ ביבליאָגראַפֿישן עסיי פֿון פּראָפֿ׳ שמעון יאַקערסאָן און אַ ליטעראַריש־היסטאָרישן אַנאַליז פֿון פּראָפֿ׳ דבֿורה ברעגמאַן.
קראָלס פּאָעטישע איבערזעצונג פֿאָלגט, בדרך־כּלל, דעם ריטעם און גראַם פֿונעם אָריגינאַל. אויפֿן הײַנטיקן טאָג איז די אויסגאַבע איינע פֿון די בעסטע, אויב נישט די סאַמע בעסטע, פֿון עמנואל הרומיס איבערגעזעצטע ווערק אויף וועלכער־ניט־איז שפּראַך. אויף ענגליש זענען קיין סיסטעמאַטישע און רעפּרעזענטאַטיווע איבערזעצונגען פֿון זײַן פּאָעזיע נאָך אַלץ נישטאָ. בלויז איין פּאָעמע, „התּופֿת והעדן‟ (דער גיהנום און גן־עדן), אַ מין ייִדישער ענטפֿער אויף דאַנטעס „געטלעכע קאָמעדיע‟, האָט צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון איבערזעצער אויף אַ גאַנצער ריי שפּראַכן. אַן אַלט־ייִדישע איבערזעצונג פֿון דער דאָזיקער פּאָעמע איז פֿאַרענפֿטלעכט געוואָרן אַרום דעם יאָר 1660 אין פּראָג.
די נײַע רוסישע זאַמלונג נעמט אַרום די בעסטע מוסטערס פֿון דער גאַנצער פּאָעטישע ירושה פֿון עמנואל הרומי, אָבער „התּופֿת והגן‟ — לאַוו־דווקא דאָס שענסטע ווערק פֿונעם פּאָעט — איז אין דער נײַער זאַמלונג דווקא נישט אַרײַן.
עמנואל בן שלמה איז געבוירן געוואָרן אין רוים, בערך אינעם יאָר 1260. צוליב זײַן היימשטאָט האָט ער באַקומען דעם צונאָמען „הרומי‟, דער רוימער. ווי דער שטייגער איז געווען בײַם פֿאַרמעגלעכן שיכט פֿון איטאַליענישע ייִדן, האָט ער באַקומען אַ גוטע וועלטלעכע בילדונג. אַחוץ מאַטעמאַטיק, אַסטראָנאָמיע און מעדיצין, איז ער געווען באַהאַוונט אין דער מוסולמענישער און קריסטלעכער פֿילאָסאָפֿיע, געקענט אַראַביש און לאַטײַן. זײַנע תּנ״כישע פּירושים ווײַזן, אַז ער איז אויך געווען אַן עכטער תּלמיד־חכם.
צום מערסטן איז ער אָבער באַקאַנט צוליב זײַנע „מחברות עמנואל‟, 28 דיכטונג־ציקלען. ער האָט אָנגעשריבן אַ צאָל סאָנעטן אויף זײַן מוטערשפּראַך, איטאַליעניש און אויך אויף לשון־קודש, דערבײַ ווערנדיק דער ערשטער אין דער געשיכטע איבערצופֿלאַנצן דעם איטאַליענישן זשאַנער פֿון סאָנעטן אויף אַן אַנדער שפּראַך.
לויטן לעבעדיקן איטאַליענישן נוסח ייִדישקייט, טיף פֿאַרבונדן מיטן גײַסט פֿון רענעסאַנס און — שפּעטער — באַראָקאָ, האָבן ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר געקאָנט אויסלאַכן די צבֿיעותדיקע רבנים און שרײַבן לידער מיט אַן אויסגעשפּראָכענעם סעקסועל־עראָטישן טעם. אַפֿילו אַזאַ באַרימטער איטאַליענישער מקובל, ווי דער רמח״ל, רבי משה־חיים לוצאַטו, האָט אָנגעשריבן דרײַ טעאַטער־פּיעסעס, הגם אין זײַנע ווערק פֿאַרנעמען די עראָטישע מאָטיוון בלויז אַ קליין אָרט.
אין זײַנע ווערק, גייט אָבער עמנואל ווײַטער ווי ס׳רובֿ אַנדערע ייִדיש־איטאַליענישע דיכטער. ער שרײַבט וועגן לינקע ליבעס, דעם ברענענדיקן גלוסט פֿון מיידלעך צו בחורים, וועגן דעם שיכּורן הוליען מיט פֿרויען און וועגן אַ מאַן, וואָס לײַדט, נעבעך, פֿון אימפּאָטענץ. דעם גײַסט פֿון דער רעאַליסטיש־קאָמישער איטאַליענישער פּאָעזיע פֿלעכט ער מײַסטעריש צונויף מיט פֿאַרשיידענע תּנ״כישע רמזים.
צוליב דעם וואָס אַ סך פֿון עמנואלס לידער האָבן אַ סאַטירישן און עראָטישן טעם, האָבן זיי באַקומען אַ קאָנטראָווערסאַלע רעפּוטאַציע. אינעם „שולחן־ערוך‟ אַסרט יוסף קאַרו צו לייענען „ספֿר עמנואל‟ און באַטאָנט, אַז אַפֿילו איבערצושרײַבן זײַנע ליבע־לידער, שוין אָפּגערעדט פֿון אָפּצודרוקן, איז אַ גרויסע עבֿירה. עמנואל ווערט דערמאָנט ווי דער איינציקער קאָנקרעטער בײַשפּיל פֿון „טרייף־פּסולער‟ ליטעראַטור — אַ סימן, אַז זײַנע ווערק זענען געווען ברייט פֿאַרשפּרייט.
אויף דער וועבזײַט Hebrewbooks קאָן מען אַראָפּלאָדן די צווייטע אויסגאַבע פֿון „מחברות עמנואל‟, געדרוקט אין קושטע (קאָנסאַנטינאָפּל, איצט סטאַמבול) אין 1535 — מיט 30 יאָר פֿאַר דער פּובליקאַציע פֿונעם „שולחן ערוך‟. די ערשטע אויסגאַבע, ווי יאַקערסאָן דערציילט אין זײַן ביבליאָגראַפֿישער הוספֿה צו דער נײַער זאַמלונג, איז אַרויס נאָך פֿריִער, אין 1491.
בעת אַן אינטערוויו מיטן פֿאָרווערטס האָט שלמה קראָל, דער איבערזעצער פֿון עמנואלס פּאָעזיע, דערציילט אַז ער האָט זיך אויסגעלערנט לשון־קודש אין ישׂראל, וווּ ער וווינט שוין לאַנג, ווען ער האָט שטודירט פֿילאָלאָגיע אין אוניווערסיטעט. די ווערק פֿון עמנואל הרומי האָט ער איבערגעזעצט נאָך מיט אַ צענדליק יאָר צוריק. לעצטנס האָט ער זיי רעדאַקטירט פֿון ס׳נײַ און פֿאַרעפֿנטלעכט.
אין 2011 האָט קראָל אַרויסגעגעבן אויף רוסיש די געזאַמלטע לידער פֿון אַן אַנדער באַרימטן לשון־קודשדיקן פּאָעט — רבי יהודה הלוי. קראָל האָט באַמערקט, אַז ער האָט שטאַרק ליב מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פּאָעזיע. אין זײַן אַנדער בוך האָט ער איבערגעזעצט אויסגעקליבענע ווערק פֿון גווידאָ קאַוואַלקאַנטי און אַנדערע איטאַליענישע פּאָעטן פֿונעם 13טן און 14טן יאָרהונדערט. וואָס שייך דעם פּאָעטישן זשאַנער, האָט ער צום מערסטן ליב די סאָנעטן.
אין אַ נאָכוואָרט אַרטיקל פֿון קראָלס איבערזעצונג, שרײַבט דר׳ דבֿורה ברעגמאַן, אַז אינעם 13טן יאָרהונדערט האָט בײַ איטאַליענישע ייִדן שוין געבליט אַ רײַכע פּאָעטישע טראַדיציע, פֿאַרבונדן מיט די שפּאַנישע ספֿרדים. רבי אַבֿרהם אבן עזרא, דער קלאַסישער תּורה־קאָמענטאַטאָר, איז אויך געווען אַ באַגאַבטער פּאָעט און אַן אָנגעזעענער טעאָרעטיקער פֿון לשון־קודשדיקער דיכטונג. די איטאַליעניש־ייִדישע פּאָעטן האָבן גוט געקענט אבן עזראס „ספֿר צחות‟, וווּ עס ווערט דערקלערט זײַן טעאָריע פֿון דיכטונג. עמנואל הרומי איז אָבער געווען דער איינציקער ייִדישער פּאָעט אין זײַן צײַט, וועלכער האָט אויסגענוצט די ספּעציפֿיש־איטאַליענישע פֿאָרעם פֿון סאָנעטן.
דר׳ גיא שקד, אַ היסטאָריקער פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט, באַטראַכט עמנואל הרומי ווי אַ באַהאַלטענער אַפּיקורס, וועלכער מאַכט חוזק פֿונעם רמב״מס ייִדישע עיקרי־אמונה, פּונקט אַזוי ווי ער לאַכט אויס די קריסטלעכע רעליגיע. פֿאָרט, געפֿינען זיך צווישן עמנואלס ווערק טיף פֿרומע לידער, און זײַנע תּנ״ך־פּירושים קלינגען גאַנץ ערנסט. אויפֿן סמך פֿון זײַנעם אַ ליד האָט אַ געוויסער פּייטן — מעגלעך, דניאל בן יהודה דיין — געשאַפֿן דעם פּיוט „יגדל אלוקים חי‟; אין אַ טייל אַשכּנזישע קהילות זאָגט מען עס פֿאַרן שחרית. אין דער מיטל־עלטערלעכער ייִדישער פּאָעזיע און די ביאָגראַפֿיעס פֿון אירע מחברים שטעקן נאָך אַ סך רעטענישן. דער צוטריט פֿונעם ברייטן עולם צו אַזעלכע אוצרות וועט זיכער העלפֿן זיי צו לייזן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.