דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָב איך באַזוכט וואַרשע. ס’איז נישט געווען מײַן ערשטער באַזוך אין דער שטאָט. אדרבה: זינט 1988 בין איך דאָרטן געווען אומצאָליקע מאָל, און וואַרשע איז אײַנגעבאַקן בײַ מיר אין האַרצן. ווען איך בין דאָרטן געווען מיט 30 יאָר צוריק, סוף ווינטער, האָט וואַרשע אויסגעזען גרוי, אָרעם, סמוטנע, און מען האָט נאָך געקענט דערפֿילן שפּורן פֿון דעם חורבן. אָבער איצט זעט זי אויס שיין, מאָדערן און לעבעדיק, און איך דאַרף זיך מודה זײַן אז איך בין אַנטציקט סײַ פֿון די טרערן און סײַ פֿון אירע שמייכלען.
מײַן טאַטע איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן; זײַן היימשטאָט, פּולטוסק, ליגט 50 קילאָמעטער פֿון דער קרוינשטאָט. אָבער מיר דאַכט זיך אַז אַפֿילו ווען איך וואָלט אַליין געבוירן געוואָרן אין פּולטוסק, וואָלט איך מסתּמא אַריבער קיין וואַרשע, וווּ אַלץ האָט דעמאָלט פּאַסירט. אין די לעצטע יאָרן האָב איך געפֿאָרשט די שטאָט, און נישט נאָר די הײַנטיקע, נאָר אויך די אַמאָָליקע, כּדי איך זאָל קענען אָנשרײַבן מײַן בוך (אויף העברעיִש), „סמאָטשע — ביאָגראַפֿיע פֿון אַ ייִדישער גאַס אין וואַרשע‟. איך האָב לעצטנס אויך איבערגעזעצט משה זאָנשיינס בוך, „ייִדיש וואַרשע‟, וואָס שילדערט די פֿאַרמלחמדיקע שטאָט. איך שרײַב דאָס נישט צוליב באַרימערײַ, נאָָר פּשוט כּדי צו דערקלערן אַז איך בין דאָרטן געוואָרן אַ שטיקל בן־בית.
דאָס מאָל, פֿאַר מײַן באַזוך, האָב איך געהאַט אַ חשד. די לעצטע צײַט האָבן מײַנע פּוילישע חבֿרים זיך אַ סך באַקלאָגט וועגן דער איצטיקער רעגירונג אין פּוילן: די קאַטויליש־נאַציאָנאַלע קאָאַליציע, אין גײַסט פֿונעם פֿירער פֿון דער עקסטרעם־רעכטער פּאַרטיי, יאַראָסלאַוו קאַטשינסקי. זיי האָבן מורא אַז די רעגירונג שטעלט אין געפֿאַר, דורך אירע טריט קעגן מענטשרעכט (און בפֿרט קעגן פֿרויען־ און מינאָריטעטן־רעכט), די דעמאָקראַטיע אין פּוילן. אויך דאָס נײַע געזעץ (וואָס מע האָט שפּעטער געענדערט), אַז מע טאָר נישט דערמאָנען אַז פּאָליאַקן האָבן קאָלאַבאָרירט מיט די נאַציס, האָט נישט לאַנג געמאַכט אַ סומאַטוכע אין ישׂראל. דאָס נײַע געזעץ, ווי אַנדערע, וויל העכערן דעם נאַציאָנאַלן האָנער – אָבער אויף אַ מאָדנעם אופֿן, ווי זיי וואָלטן געזאָגט: מיר האָבן נישט ווייניקער געליטן ווי ייִדן; מיר זײַנען די גוטע קרבנות און נישט די גזלנים ווי איר האָט געמיינט.
איז קודם־כּל קאָן איך באַרויִקן די לייענערס: וואַרשע בליט טאַקע. טוריסטן פֿאַרפֿלייצן אירע גאַסן און די אַרטיסטישע און קולינאַרישע סצענעס זײַנען לעבעדיק ווי תּמיד. אויף די ברעגן פֿון ווײַסל איז דאָ אַ נײַע שיינע פּראָמענאַדע, און מע זאָגט אַפֿילו אַז פּוילנס עקאָנאָמישע לאַגע איז קיינמאָל נישט געווען בעסער; הא ראיה, מען האַלט אין איין בויען אין דער שטאָט.
אויך פֿון ייִדישן קוקווינקל זעט וואַרשע אויס גאָר נישקשה. אויפֿן ייִדישן פֿעסטיוואַל א”נ פֿון באַשעוויס־זינגער, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין סעפּטעמבער האָט מען דורכגעפֿירט הונדערטער געשעענישן אין פֿאַרשיידענע ערטער. דערצו איז דער „פּולין‟־מוזיי געוואָרן איינער פֿון די סאַמע פּאָפּולערסטע מוזייען אין וואַרשע, און דער פּלאַץ פֿון ראַפּאָפּאָרטס דענקמאָל נאָכן וואַרשעווער געטאָ־קעמפֿער, וואָָס איז יאָרן לאַנג געשטאַנען אין זײַן פּוסטקייט (אַ זכר פֿון דער שממה, פֿונעם הײַנטיקן וויסטעניש פֿון ייִדישער וואַרשע), איז געוואָרן פֿול: מענטשן שפּאַצירן אַהין און צוריק, זיצן אויפֿן גראָז אָדער אויף די ליגשטולן, ברוינען זיך צו אויף דער זון. דער פּלאַץ גופֿא פֿאַרקערפּערט דעם קאָנטראַסט צווישן לעבן און טויט.
עס דאַכט זיך אָבער אַז עפּעס האָט זיך יאָ געענדערט, הגם מע קאָן עס זען אַמאָל נאָר בחוש. אַ סך יאָרן האָב איך געפֿילט אַז וואַרשע בענקט נאָך אירע אַמאָליקע ייִדישע אײַנוווינערס. מיט כּמעט צוויי יאָר צוריק האָט מיך, למשל, שטאַרק גערירט אַן אויסשטעלונג לעבן פּאַרק קראַשינסקי (דער אַמאָליקער „ייִדישער גאָרטן‟), אַוווּ מען האָט אויסגעשטעלט בילדער און דאָקומענטן פֿון דער דערבײַיִקער נאַלעווקע־גאַס, די ייִדישסטע גאַס אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן; שוין אָפּגערעדט פֿון די אָפּמערק־צייכנס פֿון געטאָ, וואָס זײַנען פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסן טייל פֿון וואַרשע. במשך פֿון די יאָרן האָב איך געפֿילט אַז מיר — ייִדן און סתּם פּאָליאַקן — געדענקען מיט ליבשאַפֿט די וואַרשעווער ייִדן, און מײַן נשמה איז געוואָרן צוגעבונדן צו דער פּוילישער. דווקא ווען די פּאָליאַקן האָבן זיך געשלאָגן על־חטא און דערוועגט צו ריידן וועגן זייערע זינד אינעם חורבן און אויך שפּעטער, האָב איך דאָרטן זיך געפֿילט ווי אַן אײַנגענעמער גאַסט און געקאָנט זיך אידענטיפֿיצירן מיט דער פּוילישער טראַגעדיע.
איך ווייס אַז אַ סך נישט־ייִדישע וואַרשעווער מיינען אַזוי אויך הײַנט צו טאָג, אָבער פּלוצעם האָט זיך אַרײַנגעגנבֿעט אַ חשד אַז עס איז שוין נישט אַזוי פֿאַרשטענדלעך. ווי אין די שלעכטע צײַטן, להבֿדיל, פֿון יאָר 1956 און 1968, האָב איך אָנגעהויבן זיך פֿרעגן: „הלנו אתה אם לצרינו‟ (ביסטו פֿאַר אונדז, אָדער פֿאַר אונדזערע פֿײַנט)? קוקנדיק אויף דער פּוילישער דאַמע וואָס זיצט אַנטקעגן מיר אין גאָרטן קלער איך איצט: צי זעט זי אין מיר אַ זשיד צי ניין? ווי דער עולם זאָגט: דאָס וואָס דו ביסט אַ פּאַראַנאָיִקער איז נאָך נישט קיין סימן אַז מע רודפֿט דיך נישט.
מײַן חבֿר יונתן האָט, למשל, באַזוכט דעם שפּאָגל־נײַעם וואַרשעווער היסטאָרישן מוזיי, אין אַלטן רינעק. ער, וואָס זוכט נישט ייִדישקייט אויף יעדן טריט און שריט, האָט מיר דערציילט אַז ייִדן (ווי אַ גרופּע) ווערן זייער ווייניק דערמאָנט אין דער אויסשטעלונג. איין זאַך האָט אים אַזש דערשראָקן: בײַ איין אויפֿשריפֿט האָט ער געזען די ווײַטערדיקע סטאַטיסטיק: 33 פּראָצענט ייִדן אין 1939 און 0 פּראָצענט אין 2011. טאַקע? נול פּראָצענט? אמת, די צאָל ייִדן וואָס לעבט הײַנט אין וואַרשע איז גאָר קליין, אָבער טויזנטער זײַנען דאָך יאָ דאָ, און מע קאָן זיי — אונדז — נישט אויסמעקן.
צווישן אַנדערע האָב איך באַזוכט דרײַ ייִדישע אינסטיטוציעס: קודם כּל דעם ŻIH (זשיך), דעם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט, וואָס געפֿינט זיך אין זעלבן פֿאַרמלחמהדיקן בנין אויף טלאָמאַצקע גאַס, לעבן דער אַמאָליקער גרויסער שול און דעם שרײַבערס פֿאַראיין. אינעם רעמאָנטירטן בנין זענען דעמאָלט פֿאָרגעקומען צוויי אינטערעסאַנטע אויסשטעלונגען. איינע פֿון זיי, וואָס האָט זיך זינט דעמאָלט שוין געשלאָסן, איז באַשטאַנען פֿון די בילדער פֿונעם ניו־יאָרקער פֿאָטאָגראַף טשאָק פֿישמאַן, וואָס שילדערן די ייִדישע קהילה אין וואַרשע אין די 1970ער יאָרן און דערצו אין די לעצטע יאָרן: זײַנע ווערק רעפּרעזענטירן די אַלטע ייִדן פֿון דעמאָלט און די יונגע חבֿרה פֿון הײַנטיקע טעג. דער קאָנטראַסט איז נישט אַזוי איינפֿאַך, ווײַל ביידע תּקופֿות פֿאָטאָגראַפֿירט ער אין טונקל־שוואַרץ און ווײַס: מע דאַרף גוט אַרײַנקוקן כּדי צו געפֿינען די אונטערשיידן.
די צווייטע אויסשטעלונג, וואָס גייט נאָך, איז געווידמעט דעם „עונג שבת‟־אַרכיוו פֿון וואַרשעווער געטאָ און זײַנע גרינדערס, צווישן זיי: ד”ר עמנואל רינגעלבלום און רחל אויערבאַך. מע קאָן זען אַ סך דאָקומענטן פֿונעם אַרכיוו (אין ייִדיש, פּויליש און העברעיִש) און אויך דעם מילכקרוג, אין וועלכן די דאָקומענטן זײַנען באַהאַלטן געוואָרן, באַלויכטן מיט אַ דראַמאַטישן ליכט, ווי אַ זעלטענער רעליק אָדער ווי די אַלטע שריפֿטן (מגילות הגנוזות) אין „היכל הספר‟ בײַם ישׂראלדיקן מוזיי. אַגבֿ, ס’איז אויך כּדאַי צו דערמאָנען אַז דער „זשיך‟ באנוצט זיך מיט ייִדיש (אַחוץ פּויליש און ענגליש) אין זײַנע אויסשטעלונגען.
נאָך אַ וויכטיק אָרט, וואָס איך האָב באזוכט צום ערשטן מאָל, איז דער ייִדישער בית־עולם אין פּראַגע, הײַנט אין ברודנאָ. כּמעט יעדער באַזוכער אין וואַרשע — נישט נאָר ייִדן — קאָן דעם גענשער בית־חיים, וואָס מע רופֿט הײַנט בײַם פּוילישן נאָמען: אָקאָפּאָווער. פֿאַר דער קריג, איז דווקא אין ברודנאָ, אויף דער אַנדערער זײַט ווײַסל, געשטאַנען דער גרעסטער בית־עולם, מיט אַרום 300,000 מצבֿות. נאָך דער קריג איז דער בית־עולם געוואָרן וואַנדאַליזירט, ביז 1984, ווען די משפּחה ניסנבוים האָט אָנגעהויבן אים היטן, און דערנאָך — די ייִדישע קהילה. כּמעט קיין שום מצבֿה איז נישט געבליבן אויף איר אָרט; דער גרויסער שטח זעט אויס הײַנט ווי אַ וואַלד, און דאָ און דאָרטן קאָן מען נאָך זען אַ מצבֿה. ערשט בײַם סוף פֿון דער סטעשקע ליגן אַלע צעבראָכענע מצבֿות. דאָס אַליין דינט ווי אַ דענקמאָל פֿונעם בית־עולם אַליין. נישט איין מאָל איז מיר דאָרט טאַקע דורכגעלאָפֿן אַ ציטער.
אַ יונגער בחור, דער אינטעליגענטער און שיינער וועכטער פֿון בית־עולם, האָט אונדז מקבל־פּנים געווען. ווען איך האָב אים געפֿרעגט ווי אַזוי קאָן מען געפֿינען אַ געוויסן קבֿר, האָט ער אונדז דערקלערט אַז צום באַדויערן האָט מען צוליב פֿינאַנציעלע שוועריקייטן נאָך נישט געענדיקט דעשיפֿרירן די אויפֿשריפֿטן פֿון די מצבֿות (אויב איינער פֿון די פֿאָרווערטס־לייענערס קאָן פֿאָרלייגן אַ מיטל ווי צו זאַמלען געלט אויף דעם צוועק, וואָלט געווען נישט נאָר אַ מצווה, נאָר אויך אַ גרויסער אויפֿטו מיט אַ היסטאָרישן באַטײַט: אויפֿדעקן פֿונדאָסנײַ די אַמאָליקע וואַרשעווער קהילה).
שפּעטער האָט אַ פּוילישער חבֿר מיר דערציילט, אַז בקרובֿ וועט מאַיאַ גאָרדאָן, אַ פּויליש־ישׂראלדיק־האָלאָנדישע קינסטלערין, שטעלן דאָרטן אַ פּערפֿאָרמענס־אַרט: זי וועט אָנצייכענען די אמתע גרענעצן פֿון בית־עולם, וואָס זײַנען ברייטער ווי די הײַנטיקע, אין אַ פּראָטעסט קעגן דעם מאַגריסטראַט פֿון וואַרשע, וואָס וויל דעם שטח פֿאַר זיך אַליין.
אַן אַנדערער פּראָטעסט האָט מען הײַיאָר געקאָנט זען אינעם „פּולין‟־מוזיי, דורך אַן אויסשטעלונג געווידמעט די געשעענישן אין פּוילן אין מאַרץ 1968, מיט 50 יאָר צוריק. במשך פֿון אַ ריי סטודענטן־דעמאָנסטראַציעס קעגן דער רעגירונג, האָבן די פּוילישע אָנפֿירערס באַשולידקט די אָרטיקע ייִדן אין זײַן „קאָסמאָפּאָליטיש‟ און „נישט־פּאַטריִאָטיש‟. ווי אַ רעזולטאַט האָבן אַ סך ייִדן געמוזט פֿאַרלאָזן פּוילן. די אויסשטעלונג האָט זיך דערוועגט צו ווײַזן דעם שרעקלעכן גירוש, און עס אַפֿילו פֿאַרבינדן מיט דער שענדלעכער אויפֿפֿירונג פֿון דער הײַנטיקער פּוילישער רעגירונג קעגן מינאָריטעטן און פּליטים.
צום באַדויערן, זײַנען דאָס די אויסנאַמען. די עפֿנטלעכע מיינונג אין פּוילן, האָב איך מורא, איז שוין ווײַט פֿונעם גײַסט וואָס האָט געהערשט בײַ ייִדן אין ניט־ייִדן במשך פֿון די 1990 און די 2000 יאָרן. און אפֿשר איז עס נישט מער ווי נאָך אַ סימן פֿון אונדזער צײַטגײַסט, וואָס מע זעט הײַנט כּמעט אומעטום איבער דער וועלט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.